אויף דער הויפּט־אויסשטעלונג פֿונעם אימפּאָנירנדיקן וואַרשעווער „ייִדישן מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן‟, וואָס האָט לעצטנס געפֿײַערט איר חנוכּת־הבית, געפֿינט זיך אַ ספּעציעלער אָפּטייל לכּבֿוד יאַן קאַרסקי — דער אָפֿיציר פֿונעם פּוילישן אונטערגרונט, וועלכער איז געווען צווישן די ערשטע צו דערציילן דער וועלט וועגן די אַכזריותן, וואָס די נאַציס האָבן דורכגעפֿירט מיט די ייִדן אינעם אָקופּירטן פּוילן.
קאַרסקי ווערט אויך פֿאַראייביקט פֿאַרן מוזיי, דורך אַ גרויסער סקולפּטור פֿון אים, אויסגעשטאַט מיט אַ קלאַנג־מכשיר, כּדי די באַזוכער זאָלן קענען הערן זײַנע אייגענע זכרונות סײַ פֿאַר, סײַ בשעת דעם חורבן.
פֿון דעסטוועגן, איז קיין איינער נישט פֿון קאַרסקיס קרובֿים נישט פֿאַרבעטן געוואָרן צו דער אָפֿיציעלער עפֿענונג פֿונעם מוזיי דעם 28סטן אָקטאָבער, האָט קאַרסקיס פּלימעניצע, ד״ר וויעשלאַוואַ קאָזשעלעווסקאַ־טשאַסקאַ, די וואָך איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟. „קיינער פֿונעם מוזיי האָט זיך נישט געשטעלט אין פֿאַרבינדונג מיט מיר,‟ האָט זי געזאָגט.
קאָזשעלעווסקי איז געווען קאַרסקיס אמתער נאָמען, איידער ער האָט אָנגענומען דעם פּסעוודאָנים „קאַרסקי‟, בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
קאָזשעלעווסקאַ־טשאַסקאַ, אַן 80־יאָריקע דאָקטערין אין גדאַנסק, איז די טאָכטער פֿון קאַרסקיס ברודער און זײַן טויפֿטאָכטער. זינט קאַרסקיס פּטירה אינעם יאָר 2000 אין עלטער פֿון 86 יאָר, איז זי פאַרבליבן קאַרסקיס נאָענטסטע קרובֿה. מיט אַכט יאָר פֿריִער איז געשטאָרבן זײַן פֿרוי, פּאָלאַ, און קיין קינדער האָבן זיי נישט געהאַט.
דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל, וואָס מע האָט נישט פֿאַרבעטן קאַרסקיס קרובֿים צו אַן אונטערנעמונג, וווּ ער איז באַערט געוואָרן. אין 2012 האָט איר פֿעטער, נאָכן טויט, געוווּנען די העכסטע ציווילע אויסצייכענונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן — דער „פּרעזידענטישער פֿרײַהייט־מעדאַל‟. אָבער אַנשטאָט צו פֿאַרבעטן אַ פֿאָרשטייער פֿון קאַרסקיס משפּחה אָנצונעמען דעם מעדאַל, האָט די פּוילישע רעגירונג באַשטימט אַ געוועזענעם ייִדישן אויסערן־מיניסטער פֿון פּוילן, אַדאַם דאַניעל ראָטפֿעלד, פֿאַר דעם כּבֿוד.
„פֿון דער פּוילישער טעלעוויזיע האָב איך זיך דערוווּסט, אַז אַ פֿאָרשטייער פֿונעם פּוילישן אויסערן־מיניסטעריום וועט אָננעמען דעם מעדאַל, ווײַל ׳קאַרסקי האָט נישט קיין משפּחה׳. איך בין געבליבן געפּלעפֿט,‟ האָט קאָזשעלעווסקאַ־טשאַסקאַ געזאָגט.
שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס האָט מען אויף ביידע אונטערנעמונגען נישט פֿאַרבעטן קיין פֿאָרשטייער פֿון קאַרסקיס משפּחה? פּיאָטר קאָסאָבודסקי, דער צײַטווײַליקער וואָרטזאָגער פֿונעם מוזיי, האָט געהאַט אַ פּשוטן ענטפֿער: „קיינער האָט נישט אינפֿאָרמירט דעם מוזיי, אַז עס לעבן נאָך אַלץ נאָענטע קרובֿים זײַנע.‟
„עס וואָלט אונדז אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן צו עפֿענען די הויפּט־אויסשטעלונג אָן צו אָנערקענען קאַסקיס אופֿטוען, און דערפֿאַר האָבן מיר טאַקע פֿאַרבעטן פֿאָרשטייער פֿון דער ׳יאַן קאַרסקי דערציִונג־פֿונדאַציע׳,‟ האָט קאָסאָבודסקי געזאָגט.
די פֿונדאַציע, וואָס איז טעטיק סײַ אין פּוילן, סײַ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קריגט פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון דער פּוילישער רעגירונג און איז איינע פֿון אַ צאָל אָרגאַניזאַציעס און יחידים, וואָס האָבן נאָמינירט קאַרסקי פֿאַרן „פּרעזידענטישן פֿרײַהייט־מעדאַל‟.
ד״ר מאַרעק יאַן כאָדאַקיעוויטש, אַ פּויליש־אַמעריקאַנער היסטאָריקער און מחבר פֿונעם בוך, „נאָכן חורבן: פּויליש־ייִדישע באַציִונגען ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה‟, האַלט, אַז דאָס נישט־פֿאַרבעטן די קרובֿים איז מסתּמא נישט געווען אַ בכּיוונדיקע אַקציע, נאָר גיכער אַ סימן, אַז די באַאַמטע האָבן זיך געפֿוילט אויסצוזוכן קאַרסקיס משפּחה־לײַט. „מיר זעט עס אויס ווי אַ טיפּישע ביוראָקראַטישע גלײַכגיליטיקייט, בפֿרט מצד דער פּוילישער רעגירונג,‟ האָט כאָדאַקיעוויטש באַמערקט.
„די קרובֿים האָבן זיך געפֿילט באַעוולט, ווײַל לויט זיי, דאַרף ׳יעדער איינער׳ וויסן, אַז עס לעבן נאָך אַלץ מענטשן פֿון דער קאָזשעלעווסקי־משפּחה,‟ האָט כאָדאַקיעוויטש דערקלערט. „אָבער אין דער אמתן, ווייסן עס בלויז יענע פֿון דער פּוילישער עליטע, וואָס האָבן נאָך געלעבט פֿאַר דער מלחמה. אין לאָדזש ווייסט מען יאָ וועגן זײַן משפּחה, ווײַל אינעם ׳לאָדזשער מוזיי׳ געפֿינט זיך אַ ׳יאַן קאַרסקי צימער׳ און אַ דענקמאָל, וואָס די משפּחה האָט געהאָלפֿן פֿינאַנצירן.‟ לאָדזש איז געווען קאַרסקיס געבוירן־אָרט.
ס׳איז אָבער אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז אין אַפּריל 2013, האָט דער „לאָדזשער מוזיי‟ געהאַט אַ חודש־לאַנגע אויסשטעלונג פֿון יאַן קאַרסקי, און אויף דער עפֿענונג איז דווקא יאָ בײַגעווען קאַרסקיס אַ שוועסטערקינד: יאַדוויגאַ לענאָך־בוקאָווסקאַ. אויב אַזוי, פֿאַר וואָס האָט דער מוזיי זיך נישט געפּרוּווט פֿאַרבינדן מיטן שוועסטערקינד, ווען מע האָט צונויפֿגעשטעלט די פֿאַרבעטונגען צום חנוכּת־הבית?
כאָדאַקיעוויטש זאָגט, אַז דאָס איז נאָך איין סימן פֿון וואַרשעס קולטורעלער אָפּגעזונדערטקייט פֿון אַלץ, וואָס קומט פֿאָר מחוץ אירע גרענעצן. „ווי תּמיד, איז פּוילן פֿאַרבליבן שרעקלעך צענטראַליזירט, און די ׳הויכע פֿענצטער׳ אין וואַרשע קוקן פּשוט אַראָפּ — באַוווּסטזיניק צי נישט־באַוווּסטזיניק — אויף די קלענערע שטעט,‟ האָט ער געזאָגט. דערפֿאַר איז זיי, אַ פּנים, נישט אַפֿילו אײַנגעפֿאַלן זיך צו פֿאַרבינדן מיט די לאָדזשער אינסטאַנצן וועגן קאַרסקיס משפּחה־לײַט.
קאָזשעלעווסקי־טשאַסקאַ האַלט אָבער, אַז די סיבה פֿאַר וואָס מע האָט נישט פֿאַרבעטן קאַרסקיס קרובֿים צו די צוויי צערעמאָניעס איז, ווײַל די פּאָליאַקן האָבן זייער געמישטע געפֿילן וועגן קאַרסקי גופֿא. „אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל איז ער גוט באַקאַנט, אָבער נישט אין פּוילן. מסתּמא איז דאָס צוליב זײַן עפֿנטלעך קריטיקירן סײַ דעם פּוילישן אַנטיסעמיטיזם, סײַ יענע פּאָליאַקן, וואָס זענען געשטאַנען אין אַ זײַט, בשעת מע האָט דורכגעפֿירט דעם חורבן [קעגן די ייִדן].‟
קאַרסקי איז בכלל געווען אַ קאָנטראָווערסאַלע פֿיגור בײַ די פּאָלאַקן, האָט כאָדאַקיעוויטש דערקלערט — נישט בלויז, ווײַל ער האָט אויפֿגעדעקט פֿאַר דער וועלט דעם פּוילישן אַנטיסעמיטיזם און דעם גלײַכגילט צום גורל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, אָבער אויך צוליב אַנדערע פּאָליטישע סיבות.
„לכתּחילה האָט קאַרסקי זיך באַצייכנט ווי אַ פּוילישער פֿרײַהייט־קעמפֿער, און זײַן באַמיִונג צו ראַטעווען די ייִדן איז געווען בלויז אַ טייל דערפֿון,‟ האָט כאָדאַקיעוויטש דערקלערט. אָבער נאָך דער מלחמה איז ער געוואָרן אַ פֿאַרברענטער אַנטי־קאָמוניסט; ער האָט געמוזט פֿאַרלאָזן דאָס קאָמוניסטישע פֿאָטערלאַנד, און דערפֿאַר האָט מען אים נישט באַערט פֿאַר זײַנע העראָיִשע אַקציעס בעת דער מלחמה. ערשט ווען עלי וויזעל האָט זיך דערוווּסט וועגן אים, און אים עפֿנטלעך געלויבט פֿאַר זײַן מודיע זײַן דער וועלט וועגן דעם חורבן, האָט קאַרסקי אָנגענומען זײַן נײַע ראָלע, און געוואָרן אַלץ מער קריטיש צום פּוילישן אַנטאַגאָניזם לגבי די ייִדן.
„מיט דער צײַט האָט קאַרסקי אָנגעהויבן קלינגען ווי די ׳ניו־יאָרק טײַמס׳ און אַנדערע פּובליקציעס, וואָס דערלויבן בכלל נישט קיין אָפֿענע דעבאַטע‟ וועגן דעם ענין, אַנטיסעמיטיזם אין פּוילן, האָט כאָדאַקיעוויטש געזאָגט. „דערפֿאַר זענען אַ סך [פּוילישע] אָבסערוואַטאָרן געקומען צום אויספֿיר, אַז קאַרסקי האָט זיך אָנגעשלאָסן אינעם ׳כאָר׳ פֿון אַנטי־פּוילישער רעטאָריק.‟
קאָסאָבודסקי, פֿונעם „ייִדישן מוזיי‟, האַלט, אַז די דעבאַטעס וועגן קאַרסקי זענען פֿאַרשטענדלעך, ווען מע זעט זיי אינעם הײַנטיקן קאָנטעקסט. „פּוילן האָט צוריקבאַקומען דעמאָקראַטיע און וואָרט־פֿרײַהייט ערשט מיט 25 יאָר צוריק. הייסט עס, די דיסקוסיעס וועגן די ייִדן זענען בלויז דעמאָלט צוריק אַרויף אויפֿן סדר־היום: ווער ס׳האָט זיי געראַטעוועט, ווער ס׳האָט זיי פֿאַרראַטן, יעדוואַבנע… אַוודאי, איז תּמיד גרינגער צו באַערן די העלדן, איידער מודה צו זײַן, אַז נישט ווייניק פּאָליאַקן האָבן געטאָן שרעקלעכע זאַכן. אָבער איצט זענען ביידע עלעמענטן אַ טייל פֿונעם עפֿנטלעכן דיאַלאָג, און די פּוילישע הויכע באַאַמטע נעמען אַן אַקטיוון אָנטייל אינעם איבערגעבן אַלע אַספּעקטן פֿון דער פּויליש־ייִדישער געשיכטע.‟
יאַצעק וואָזניאַק, דער סעקרעטאַר פֿון דער „יאַן קאַרסקי געזעלשאַפֿט‟ (Jan Karski Society) — אַ נישט־רעגירונג־אָרגאַניזאַציע אין פּוילן, וואָס באַקעמפֿט אַנטיסעמיטיזם און ראַסיזם, זאָגט אויך, אַז אַ סך פּאָליאַקן פֿילן זיך נישט באַקוועם מיט קאַרסקיס פּראָטעסטן קעגן דעם פּוילישן אַנטיסעמיטיזם. „מיר פֿאַרשטייען אָבער נישט פֿאַר וואָס די משפּחה ווערט דערפֿאַר איגנאָרירט און אויסגעשלאָסן. אַ מענטש, געשיקט פֿון דער פּוילישער רעגירונג, וואָס איז נישט פֿון קאַרסקיס משפּחה, האָט נישט דאָס רעכט צו באַשליסן, ווי אַזוי מע זאָל אים, קאַרסקין, פֿאַרגעדענקען. איגנאָרירן זײַן משפּחה איז אַ דרך, וואָס פֿירט אין ערגעץ נישט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.