די קאָנצעפּציע פֿון אַ גניזה איז גאַנץ פּשוט. פֿון איין זײַט, איז עס אַן אָרט, געוויינטלעך אין אַ שיל, וווּ מע היט אָפּ די אַלטע „שמות‟ — אַלטע אויסגענוצטע ספֿרים און אַנדערע דאָקומענטן, וואָס אַנטהאַלטן דעם הייליקן נאָמען פֿונעם אייבערשטן, און דערפֿאַר טאָר מען זיי נישט סתּם אַרויסוואַרפֿן אין מיסט. פֿון דער צווייטער זײַט, איז אַ גניזה אויך אַ פּלאַץ, וואָס דערמאָנט אונדז וועגן די אַמאָליקע פֿאַרגאַנגענע צײַטן.
אינעם טאָראָנטער „קיניגלעכן מוזיי‟ (ROM) האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג פֿון דער קאַנאַדישער קינסטלערין בערניס אײַזנשטיין, מיטן נאָמען „גניזות: אוצרות פֿון זכּרון‟. פֿאַר דער שאַפֿערין פֿון די ווערק, וואָס אַרבעט פֿולצײַטיק בײַם „צענטער פֿאַר חורבן־בילדונג אויפֿן נאָמען פֿון שׂרה און חיים נויבערגער‟ אין טאָראָנטאָ, סימבאָליזירן די גניזות אַ קאָמפּליצירטע „פּריזמע‟ פֿונעם מענטשלעכן זכּרון, וואָס שפּיגלט אָפּ און ברענגט צונויף פֿאַרשיידענע פּערזענלעכע היסטאָרישע, ליטעראַרישע און רעליגיעזע עלעמענטן. דאָס מענטשלעכע באַוווּסטזײַן איז אַ גניזה, וווּ עס ווערן געזאַמלט און אָפּגעהיט אונדזערע אייגענע „אַלטע שמות‟.
אויפֿן ערשטן בליק, קאָן זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז אײַזנשטיינס ווערק זענען אַ הפֿקרדיקער מישמאַש. די שוואַרץ־ווײַסע פּאָרטרעטן פֿון אַנטואַן דע סענט־עקזופּערי און מאַרסעל פּרוסט ווערן באַגלייט מיט טעקסט־פֿראַגמענטן פֿון אַנדערע מחברים און ליגן צוזאַמען מיט צופֿעליקע חפֿצים, געפֿונען אויף דער גאַס. אין דער אמתן, פֿאָלגן אַלע שאַפֿונגען נאָך אַ באַדײַטפֿולע און חידושדיקע אינערלעכע לאָגיק.
דער ענין פֿון זכּרון איז אײַזנשטיינס באַליבסטע טעמע. די קינסטלערין האָט דערקלערט דעם Forward, אַז מיט אירע „גניזות‟ האָפֿט זי אויפֿצוּוועקן אייגענע לעבעדיקע זכרונות בײַ יעדן באַזוכער פֿונעם מוזיי. זי האָט מסביר געווען, אַז דער אויסמיש פֿון סענט־עקזופּערי מיט איר אייגענער מאַמען, מיט פֿעליקס סאַלטער, דער מחבר פֿונעם קינדער־בוך „באַמבי‟, און מיט דאָקטאָר אַלאָיִס אַלצהײַמער איז אַן אויסדרוק פֿון איר אייגענעם באַוווּסטזײַן. דערצו, האָבן די פּערסאָנאַזשן, וואָס פֿיגורירן אין די שאַפֿונגען, אַ שײַכות צו דעם עצם־ענין פֿון זכּרון. למשל, לעבן אַלצהײַמערס פּאָרטרעט ליגט אַ פֿראַגמענט פֿון אַ שמועס פֿון זײַן ערשטער פּאַציענטקע, וואָס קלינגט ווי אַ מאָדנע פּאָעטיש ווערק, באַגלייט מיט אַ דעפֿיניציע פֿון פּאָעזיע און מיט אַ ציטאַט פֿון פּלאַטאָן וועגן דעם „ים פֿון פֿאַרגעסעניש‟. אײַנזשטיין האָט צוגעגעבן, אַז זי באַטראַכט איר אייגענעם שׂכל ווי אַזאַ מין מאָזאַיִק פֿון פֿאַרשיידנאַרטיקע עלעמענטן.
די אויסשטעלונג האָט זיך געעפֿנט אין שײַכות מיט דער „חורבן־וואָך‟, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש אין אָנטאַריאָ, און וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 8טן פֿעברואַר. צי מיינט די קינסטלערין, אַז די ייִדישע באַזוכער פֿונעם מוזיי וועלן אַנדערש אויפֿנעמען אירע ווערק? אײַזנשטיין האָט געענטפֿערט, אַז די מענטשן, וואָס האָבן אַרויסגעשטעלט אירע ווערק, זענען נישט קיין ייִדן, אָבער האָבן גאַנץ גוט פֿאַרשטאַנען אירע כּוונות. הגם די אויסשטעלונג האָט אַ שײַכות צום ייִדישן חורבן, האָט זי אַן אַלגעמיינעם באַדײַט. צום בײַשפּיל, האָבן די נאַציס פֿאַרווערט „באַמבי‟, ווײַל זיי האָבן עס באַטראַכט ווי אַ „פֿאַרדאָרבן‟ קונסט־ווערק, פּרוּוונדיק אויסצומעקן דעם קאָלעקטיוון זכּרון פֿון די מענטשן.
די כּמו־צופֿעליקע געפֿינסן רעפּרעזענטירן די פֿאַרבײַיִקייט פֿונעם מענטשלעכן לעבן, פֿול מיט מציאות און אַבֿדות. „מיר זענען אַלע עפֿעמערישע געשפּענסטער‟, האָט באַטאָנט די קינסטלערין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.