ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פּראָפֿ׳ סעם בערקאָוויץ (רעכטס) און פּראָפֿ׳ אינגריד שעפֿער (לינקס), נאָכן באַקומען דעם „פּרעמיער מיניסטערס פּרעמיע‟ פֿאַר וויסנשאַפֿט
www.industry.gov.au
פּראָפֿ׳ סעם בערקאָוויץ (רעכטס) און פּראָפֿ׳ אינגריד שעפֿער (לינקס), נאָכן באַקומען דעם „פּרעמיער מיניסטערס פּרעמיע‟ פֿאַר וויסנשאַפֿט

פֿון שרה זילבערמאַן

Published November 10, 2014, issue of December 05, 2014.

צװײ ייִדישע פּראָפֿעסאָרן פּרעמירט

צװײ מעלבורנער פּראָפֿעסאָרן נעווראָלאָגן, אינגריד שעפֿער און סעם בערקאָװיץ, האָבן באַקומען די װיכטיקסטע פּרעמיע אין לאַנד פֿאַר װיסנשאַפֿט — דעם „פּרעמיער־מיניסטערס פּרעמיע‟, נאָך 25 יאָר צוזאַמענאַרבעט אין דער אויסטראַלישער הויפּט־שטאָט, קאַנבערע, פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער, טאָני עבאָט.

אויסטראַליע גרײט זיך צום „מיצװה־טאָג‟

עדעלײד, די הויפּט־שטאָט פֿונעם שטאַט סאַוט־אויסטראַליע, װעט אָנטײל־נעמען אינעם „מיצװה־טאָג‟ הײַיאָר צום ערשטן מאָל. דערװײַל האָבן זיך פֿאַרשריבן 11 פּראָיעקטן פֿאַר דער שטאָט פּערט (װעסטערן־אויסטראַליע), און העכער 40 פּראָיעקטן פֿאַר דער שטאָט מעלבורן (װיקטאָריע). פֿאַראַיאָרן זײַנען דורכגעפֿירט געװאָרן, בסך־הכּל, 65 פּראָיעקטן פֿאַר גאַנץ אויסטראַליע.

כּבֿוד פֿאַר אויסטראַלישע סאָלדאַטן אין באר־שבֿע

אַן ערך 120,000 סאָלדאַטן פֿון אויסטראַליע און נײַ־זעלאַנד, װעלכע װערן בײדע גערופֿן „ענזעקס‟, האָבן אָנטײל־גענומען אין דער שלאַכט, װאָס איז פֿאָרגעקומען בײַ באר־שבֿע דעם 31ססן אָקטאָבער, 1917, װי אַ טײל פֿון דער בריטישער אַרמײ. כאָטש 175 פֿון די אויסטראַליער ליגן אויפֿן דערבײַיִקן מיליטערישן צװינטער. די שלאַכט האָט געהאָלפֿן דערפֿירן צום בריטישן זיג איבער די טערקן אין מיטעלן־מיזרח בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה. די אויסטראַלישע אַמבאַסאַדע אין מדינת־ישׂראל און די שטאָט באר־שבֿע האָבן די פֿאָריקע װאָך אָפּגעגעבן כּבֿוד די „ענזעק‟־סאָלדאַטן, װעלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דער שלאַכט.

צװײ ייִדן צװישן דרײַ קאַנדידאַטן

װיקטאָריע גרײט זיך איצט צו די װאַלן. אינעם ייִדישן קװאַרטאַל קאָלפֿילד זײַנען צװיי פֿון די קאַנדידאַטן פֿון די דרײַ גרעסטע פּאַרטײען — ייִדן. אפֿשר װי אַ רעזולטאַט דערפֿון, נעמען פֿיל ייִדן אָנטײל אין די צוגרײטונגען. די לאָקאַלע אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישע סטודענטן און דער ציוניסטישער יוגנט־ראַט האָבן געהאַט בײַ זיך אײן דעבאַטע צװישן די קאַנדידאַטן פֿון די דרײַ גרעסטע פּאַרטײען, און דער ייִדישער „אַרבעטער בונד‟ האָט צוגעגרײט אַ דעבאַטע צװישן די קאַנדידאַטן פֿון די דרײַ גרעסטע פּאַרטײען בײַ זיך אין לאָקאַל, אין אײנעם מיט זײַן יוגנט־גרופּע, „סקיף‟. דער קאַנדידאַט פֿאַר דער לײבאָר־פּאַרטײ, דזשאָש בורנס, האָט אַ מאָל געדינט װי אײנער פֿון די פֿאָרזיצער פֿון דער יוגנט־גרופּע „סקיף‟.

יזכּור נאָכן אונגאַרישן ייִדנטום

די אונגאַרישע מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה קומען זיך צונויף אָפּצוגעבן כּבֿוד זײערע אומגעקומענע משפּחות און פֿרײַנד 70 יאָר נאָכן נאַצישן אָנפֿאַל אויפֿן אונגאַרישן ייִדנטום, בײַם מעלבורנער ייִדישן חורבן־פֿאָרש־צענטער און מוזעום. דער נאָכמיטאָג װעט געפֿירט װערן אין אונגאַריש, און פּראָפֿ’ ענדרו מאַרקוס, דער געװעזענער אָנפֿירער פֿון די קורסן אין ייִדישע שטודיעס בײַ מאָנאַש־אוניװערסיטעט, אַלײן דער זון פֿון אונגאַרישע ייִדן, װעט האַלטן אײנעם פֿון די רעפֿעראַטן בײַ דער הזכּרה.

פּרעמיע פֿאַרן נאַציאָנאַלן פֿרויען־ראַט

דער נאַציאָנאַלער ייִדישער פֿרויען־ראַט איז באַערט געװאָרן פֿאַר זײַן פּראָגראַם, װאָס העלפֿט אַרויס די נױטבאַדערפֿנדיקע מאַמעס און אַנדערע פּראָגראַמען פֿון דער מולטי־קולטורעלער קאָמיסיע פֿון דער שטאַט װיקטאָריע.

פֿיל־יערלעכע אַלגעמײנע פֿאַרזאַמלונגען

אַזוי װי די שטאַטישע רעגירונגען פֿאָדערן, אַז קאָרפּאָראַציעס זאָלן אָפּהאַלטן זײערע יערלעכע אַלגעמײנע פֿאַרזאַמלונגען פֿאַרן סוף פֿון יאָר, דעם 31סטן דעצעמבער, און אַזוי װי מערסטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זײַנען פֿאַרשריבן בײַ דער רעגירונג װי קאָרפּאָראַציעס, האַלטן פֿיל אויסטראַלישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אָפּ זײערע יערלעכע אַלגעמײנע פֿאַרזאַמלונגען במשך פֿון די חדשים נאָװעמבער און דעצעמבער.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.