אַ טייל ייִדישע מנדבֿים און שטימער דערווײַטערן זיך איצט פֿון דער בריטישער אַרבעטער־פּאַרטיי, „לייבאָר‟, צוליב די אַנטי־ישׂראלדיקע און פּראָ־פּאַלעסטינער דעות פֿון איר פֿירער, עד מיליבענד.
מיליבענד איז אַ פּראָמענענטער ייִד אין דער בריטישער פּאַרלאַמענט. זײַן מאַמע איז אַ פּוילישע ייִדישע פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה. זײַן טאַטע איז געווען אַ באַקאַנטער מאַרקסיסטישער דענקער, אויך פֿון אַ פּויליש־ייִדישער משפּחה; אינעם יאָר 1940 איז ער אַנטלאָפֿן פֿון דער נאַצי־אָקופּירטער בעלגיע קיין ענגלאַנד.
זונטיק, דעם 9טן נאָוועמבער, האָט די בריטישע צײַטונג „אינדיפּענדענט‟ איבערגעגעבן, אַז מע האָט שוין געוואָרנט דעם דאָזיקן פּאָליטיקער, אַז צוליב זײַנע פּאָזיציעס לגבֿי ישׂראל און לטובֿת די פּאַלעסטינער קאָן ער פֿאַרלירן זײַן פּאָפּולאַריטעט צווישן ייִדן. דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָט מיליבענד געהייסן אַלע דעפּוטאַטן פֿון זײַן פּאַרטיי אָפּצושטימען פֿאַר אַ רעזולאָציע, לויט וועלכער פּאַלעסטינע ווערט אָנערקענט ווי אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה. דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, איז דער פּאַרטיי־פֿירער אויפֿגעטראָטן בפֿרהסיה מיט אַ שאַרפֿער קריטיק קעגן דער ישׂראלדיקער מיליטערישער אָפּעראַציע אין עזה.
לויט „אינדיפּענדענט‟, האָבן ייִדן פֿריִער געגעבן יעדעס יאָר הונדערטער טויזנט פֿונט לטובֿת דער אַרבעטער־פּאַרטיי, וועלכע האָט דערווײַל נישט גענוג געלט פֿאַר איר וואַלן־קאַמפּאַניע אויפֿן קומענדיקן יאָר. צוליב די פּראָ־פּאַלעסטינער דעות פֿונעם פֿירער, וועלן אַ צאָל פּראָמינענטע ייִדישע מנדבֿים, מסתּמא, נישט וועלן זי דאָס מאָל אונטערהאַלטן. למשל, די פּאָפּולערע אַקטריסע מאָרין ליפּמאַן האָט געמאָלדן די פֿאַרגאַנגענע וואָך, אַז צום ערשטן מאָל נאָך 50 יאָר קלײַבט זי זיך מער נישט שטיצן די „לייבאָריסטן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.