מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָב איך געפּרוּווט אָנשרײַבן אַן אַרטיקל, אָבער מײַנע געדאַנקען זענען כּסדר איבערגעריסן געוואָרן צוליב די קלאַנגען אַרום מיר: אַ מיליטערישער העליקאָפּטער, דאָס וואַרפֿן צינדפֿלעשער, באַטויב־גראַנאַטן, און די סירענעס פֿון אַמבולאַנסן.
פֿון דער דירה איבער מיר האָב איך פּלוצלינג דערהערט דאָס ריטמישע סקריפּען פֿון די בעט־ספּרונזשינעס. מײַן שכן, אַ דײַטשער ראַטיר־אַרבעטער, האָט אַ פּנים געפּרוּווט אַרײַנכאַפּן אַ ביסל סעקס מיט זײַן חבֿרטע.
אָט דאָס איז די רעאַליטעט פֿו אַבו טאָר.
דאָס איז געווען דער טאָג, וואָס די ישׂראלדיקע פּאָליציי האָט דערשאָסן דעם 32־יאָריקער פּאַלעסטינער מאָאַטאַז העדזשאַזי, נאָך זײַן אַטענטאַט אויפֿן רעכט־ליניקן אַקטיוויסט, יהודה גליק.
כ׳האָב זיך אַריבערגעקליבן אַהער פֿון ניו־יאָרק צוליב מײַן ערשטער אויסלענדישער אויפֿגאַבע ווי דער מיטל־מיזרחדיקער קאָרעספּאָנדענט פֿונעם Forward. אַבו טאָר איז אַ געגנט דרום פֿון דער אַלטער שטאָט, וווּ עס וווינען סײַ אַראַבער, סײַ ייִדן. א באַקאַנטע מײַנע, מאַיאַ, האָט מיר נאַרײַעט די דירה.
אינעם טאָג וואָס איך האָב זיך אַרײַנגעצויגן, האָט מאַיאַ מיך באַקענט מיט דער ישׂראלדיקער באַלעבאָסטע פֿונעם הויז. זי איז געזעסן בײַ אַ פּלאַסטיש טישעלע אין גאָרטן, צוזאַמען מיט איר פּאַלעסטינער סטראָזש. זי איז 74 יאָר אַלט, און וווינט איר גאַנץ לעבן אין ירושלים. זי האָט געטראָגן זונברילן און גערייכערט אַ פּאַפּיראָס. „כ׳האָף, אַז דו וועסט דאָ זײַן צופֿרידן,‟ האָט זי געזאָגט.
מאַיאַ האָט מיך געפֿירט צו אַן אָרט לעבן אַ גריכישן מאָנאַסטיר, פֿון וואַנען מע קריגט אַ גוטן אויסבליק איבער דער געגנט: די אַלטע שטאָט אויף צפֿון, דער הר־הבית וואָס האָט געגלאַנצט אויף דער זון, דער בעטאָנענער מויער אין דער ווײַטנס.
מיר האָבן אויך געזען פּאַלעסטינער הײַזער מיט שוואַרצע וואַסער־טאַנקען אויף די דעכער — וואַסער איז אַ זעלטענע זאַך אין די פּאַלעסטינער געגנטן. הגם מאַיאַ און איר מאַן וווינען שוין דרײַ יאָר אין אַבו טאָר, זענען זיי אַהינגעגאַנגען בלויז איין מאָל: צו קויפֿן ברויט פּסח־צײַט.
דער ייִדישער טייל פֿון אַבו טאָר, וווּ איך וווין, באַשטייט פֿון אימפּאָנירנדיקע שטיינענדיקע דירות־הײַזער. אויף יעדן בנין שטייט דער נאָמען פֿונעם אייגנטימער פֿון הויז און דער נומער פֿון הויז אויף אַ דעקאָראַטיוון טאָוול. אויטאָס וואָס געהערן צו דער „יו־ען‟ און דעם „אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד‟, פֿאָרן איבער די געשלענגלטע געסלעך; קעץ דרייען זיך אַרום, און חסידישע מענער פֿאָרן אויף „סעגווייס‟ (מאָנאָ־ציקלען).
דער פּאַלעסטינער אַבו טאָר איז אָבער אַ בײַשפּיל פֿון מוניציפּאַלער אָפּגעלאָזנקייט. לויט אַ באַריכט פֿון „במקום‟, אַ ישׂראלדיקע נישט־פּראָפֿיט אָרגאַניזאַניציע, פֿון יאָר 2013, האַלט זיך די וועג־אינפֿראַסטרוקטור בײַם צעפֿאַלן זיך, וואָס צוליב דעם קאָן מען נישט פֿאַרבינדן די הײַזער צו דער מוניציפּאַלער וואַסער־סיסטעם. די מיסטקאַסטנס זענען איבערגעפֿולט, און די שולן און הײַזער — איבערגעפּאַקט מיט מענטשן.
דער געאָגראַפֿישער שפּאַלט צווישן די ייִדן און אַראַבער איז במילא אויך אַ געזעלשאַפֿטלעכער. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס מײַן באַלעבאָסטע לעבט אַלע יאָרן אין ירושלים, האָט זי נישט געוווּסט, אַז אירע אַראַבישע שכנים זענען נישט קיין בירגער, נאָר בלויז „אײַנוווינער‟, וועלכע קאָנען נישט שטימען אין די נאַציאָנאַלע וואַלן.
נאָך העדזשאַזיס טויט, בין איך געגאַנגען אויף אַ טור פֿון אַבו טאָר, באַגלייט פֿון גאַלעב אַבו נידזשמע, אַ פּענסיאָנירטער שוסטער און דער דערוויילטער וואָרטזאָגער פֿון די אַכט צעצווײַגטע פּאַלעסטינער משפּחות, וועלכע וווינען אין דער געגנט. אין זײַן גרויסן אויטאָ זענען מיר פֿאַרבײַגעפֿאָרן אַ ריי קראָמען, אַ קאָמפּיוטער־געשעפֿט, און דערנאָך — לעבן די ווענט, באַשפּריצט מיט גראַפֿיטי: מאַפּעס פֿון ישׂראל, וווּ די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס ווערן באַצייכנט דורך דער פּאַלעסטינער פֿאָן, און פֿון צײַט צו צײַט — אַ האַקנקרייץ.
ביז לעצטנס איז די געגנט געווען שטיל, אַן אָרט, וווּ די ייִדן און פּאַלעסטינער האָבן געלעבט באַזונדער אָבער רויִק, האָט אַבו נימדזשע דערקלערט. בערך מיט אַ יאָר צוריק האָבן די אָרטיקע פּאַלעסטינער אָנגעהויבן אַ „פֿרידלעכע פּראָטעסט־באַוועגונג‟ קעגן דער וואַקסנדיקער צאָל ייִדן, וואָס האָבן באַזוכט דעם „אַל־אַקסאַ‟. זינט העדזשאַזיס טויט, האָט ער געזאָגט, האָט די ישׂראלדיקע פּאָליציי אָנגעהויבן ניצן שטאַרקערע וואָפֿנס קעגן די דעמאָנסטראַנטן, ווי גומענע קוילן און טרערן־גאַז.
די עלטערע מענער אין דער געגנט האָבן נישט איין מאָל זיך געבעטן בײַ די יונגע לײַט אָפּצושטעלן די צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי, כּדי צוריקברענגען זיכערהייט אין אַבו טאָר. „בײַ די ייִנגלעך זענען די צוזאַמענשטויסן אָבער אַ וועג צו דערקלערן: ׳איך בין דאָ׳,‟ האָט אַבו נידזשמע געזאָגט.
איך האָב זיך אויך געטראָפֿן מיט אַ ייִדישן כּלל־טוער אין אַבו טאָר, אַ ישׂראלדיקער אַמעריקאַנער, דוד מאיר־עפּשטיין. ער און זײַן פֿרוי וווינען אויף אַסאַעל־גאַס, די גרענעץ צווישן די ייִדישע און פּאַלעסטינער אָפּטיילן. „מיר זענען אין וואַרעמע באַציִונגען מיט אונדזערע פּאַלעסטינער שכנים,‟ האָט ער געזאָגט.
אָבער במשך פֿונעם לעצטן אַנדערטהאַלבן יאָר, האָט מען וואַנדאַליזירט ייִדישע הײַזער, אונטערגעצונדן ייִדישע אויטאָס און צעריסן די רייפֿן פֿון פּאַלעסטינער אויטאָס. „איך בין זיכער, אַז די אַטאַקירער פֿון ביידע צדדים קומען פֿון מחוץ דער געגנט,‟ האָט ער באַמערקט.
איין מענטש וואָס זאָרגט זיך נישט איז מײַן באַלעבאָסטע. דעם טאָג נאָך העדזשאַזיס טויט, ווען מע האָט געהערט די קלאַנגען פֿון צוזאַמענשטויסן, האָט זי געקלאַפּט אין דער טיר, טראָגנדיק איר שלאָפֿראָק. כ׳בין צוגעלאָפֿן, זיכער, אַז זי איז געקומען קאָנטראָלירן צי אַלץ איז אין אָרדענונג.
אָבער ניין, זי האָט בלויז געוואָלט וויסן, צי עס רינט פֿון דער סטעליע, צוליב דעם ירושלימער רעגן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.