(די 2 טע זײַט פֿון 2)
לרובֿ זײַנען די ייִדישע פּאָליטיקער געװען קעגן קלײנע נאַציאָנאַלע מדינות, װוּ ייִדן װעלן געצװוּנגען װערן צו אַסימילאַציע. זײ האָבן געשטיצט גרעסערע פֿעדעראַטיװע מלוכישע פּראָיעקטן, װוּ אַלע פֿעלקער װאָלטן געהאַט גלײַכע רעכט. דערבײַ האָבן די סאָציאַליסטן געהאַט מער סימפּאַטיע פֿאַר רוסלאַנד, און די ציוניסטן — פֿאַר דײַטשלאַנד, װי אַ שטאַרקער פּאָליטישער „אַפּוטרופּוס‟ פֿון אַזאַ מין נײַעם גילגול פֿונעם אַמאָליקן גרױס־פֿירשטנטום ליטע.
אָבער די ייִדן האָבן ניט געהאַט קײן קריטישע מאַסע, כּדי משפּיע צו זײַן אויף דער קאָמפּאָזיציע פֿון מיזרח־אײראָפּע נאָך דער ערשטער װעלט–מלחמה. סײַ רוסלאַנד און סײַ דײַטשלאַנד האָבן געשטיצט די נײַע ליטװישע מדינה אין די שמאָלע „עטנאָגראַפֿישע‟ גרענעצן, װײַל זײ האָבן זי באַטראַכט װי אַ קעגנגעװיכט פֿאַר פּױלן. װעגן ייִדישע אינטערעסן האָבן זײ ניט געדאגהט. די אײנציקע געגנט, װוּ די ייִדן האָבן יאָ געשפּילט אַ פּאָליטישע ראָלע, איז געװען די שטאָט װילנע; דאָרט זײַנען זײ געװען אַ היפּשער טײל פֿון דער באַפֿעלקערונג. אַרום 1920 איז װילנע געװאָרן אַ סלע–המחלקות צװישן צװײ אױפֿגעקומענע מדינות, פּױלן און ליטע, און די פּאָזיציע פֿון ייִדן האָט געקאָנט משפּיע זײַן אױף דעם פּאָליטישן מאָרגן פֿון דער שטאָט.
דאָס איז געװען אַ שװערער ענין. אַ טײל ייִדישע עסקנים האָבן געהאַלטן, אַז בײַ די ליטװינער װעלן די ייִדן זײַן מער חשובֿ אײדער בײַ די פּאָליאַקן. די אַנדערע האָבן געטענהט, אַז אַזוי װי די מערהײט פֿון דער באַפֿעלקערונג זײַנען טאַקע פּאָליאַקן, װעלן זײ זיך נוקם זײַן אין די ייִדן פֿאַר זײער „בגידה‟. דער היסטאָריקער טעאָדאָר װיקס פֿאַרסך־הכּלט דעם אױסקום: „צום באַדױערן, האָבן די ייִדישע פּרוּװן צו בלײַבן ׳נײטראַל׳ אױפֿגעבראַכט די פּאָליאַקן און ניט אויסגעפּועלט בײַ זײ קײן הנחה פֿאַר די ייִדן‟.
די פּױלישע חילות האָבן פֿאַרנומען װילנע אין 1920, אָבער פֿאַר די ליטװינער איז װילנע תּמיד פֿאַרבליבן זײער היסטאָרישע הױפּטשטאָט. קײן פּשרה־פּלאַן פֿון שאַפֿן אַ פּױליש־ליטװישע פֿעדעראַציע איז ניט געװען צום האַרצן ניט די פּאָליאַקן און ניט די ליטװינער, און אין 1922 איז די שטאָט מיט די סבֿיבֿות געװאָרן אַ טײל פֿון פּױלן.
הײַנט־צו־טאָג איז זײער שװער זיך פֿונאַנדערצוקלײַבן אין די פּרטים פֿון דער דאָזיקער געשיכטע. נאָכן חורבן זײַנען אין יענע מקומות פֿאַרבליבן בלױז אַ הײפֿעלע ייִדן, און זײ האָבן ניט קײן ספּעציעלע פּאָליטישע אינטערעסן. עס איז אָבער מערקװירדיק, װי אַזױ די אַמאָליקע פּאָליטישע געשפּענסטן װערן אױפֿגעלעבט דװקא הײַנט. מיזרח־אײראָפּע װערט װידער אַ בינע פֿאַר קלענערע און גרעסערע פּאָליטישע כּוחות. עס באַװײַזן זיך מאָדנע פּאָליטישע פּראָיעקטן, מען פֿירט דורך װאַלן, מען שאַפֿט נײַע רעפּובליקן, און עס גיסט זיך װידער בלוט. די געשיכטע חזרט זיך איבער, און דער אױסקוק איז ניט קײן גוטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.