לױט דער רוסישער פֿאָלקסצײלונג פֿון 1897, האָבן קנאַפּע 600 ייִדן דערקלערט ליטװיש פֿאַר זײער מאַמע־לשון. דאָס איז בלױז 0.01 פּראָצענט פֿון דער גאַנצער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון דער רוסישער אימפּעריע אין יענער צײַט. ייִדן און ליטװינער זײַנען געװען שכנים, בפֿרט אין די דאָרפֿישע געגנטן פֿון װילנער, קאָװנער און סוּװאַלקער גובערניע, אָבער זײ האָבן געלעבט אין פֿאַרשידענע װעלטן. די ליטװינער זײַנען לרובֿ געװען פּױערים, בעת די ייִדן — בעל־מלאכות, סוחרים, קרעטשמער, אַרענדאַרן. װי ניט איז האָבן זײ זיך געקאָנט צונױפֿרעדן, װען זײ האָבן עס געדאַרפֿט, מישנדיק װערטער פֿון פֿאַרשידענע שפּראַכן.
די ליטװאַקעס און ליטװינער האָבן געהאַט אַנדערע השׂגות װעגן דעם לאַנד, װאָס הײסט, ליטע. פֿאַר ייִדן איז דאָס געװען די טעריטאָריע פֿונעם אַמאָליקן ליטװישן גרױס־פֿירשטנטום, װאָס אינעם 16 יאָרהונדערט איז עס אַרײַן אין פּױלן. געאָגראַפֿיש האָט די ייִדישע ליטע אַרײַנגענומען גראָדנע, בריסק, פּינסק, מינסק, װיטעבסק, דאָס הײסט, די הײַנטיקע געגנטן פֿון דער ליטװישער רעפּובליק, װײַסרוסלאַנד און אַ שטיקל פֿון מיזרח־פּױלן. אַמאָל זײַנען די דאָזיקע שטחים געשטאַנען אונטער דער השגחה פֿונעם „ועד מדינת ליטא‟, אָבער אינעם 20סטן יאָרהונדערט איז דאָס שױן געװען גאָר אַן אַלטע מעשׂה.
דער מצבֿ האָט זיך געביטן אין 1915, װען די דײַטשישע אַרמײ האָט אָקופּירט פּױלן און אַ היפּשן טײל פֿונעם רוסישן צפֿון־מערבֿדיקן קאַנט. די דײַטשן האָבן בדעה געהאַט צו שאַפֿן אַ בופֿער-לאַנד צװישן דײַטשלאַנד און רוסלאַנד, װאָס זאָל בלײַבן אונטער זײער קאָנטראָל. זײ האָבן דערמוטיקט די ליטװינער צו שפּילן אַן אַקטיװע פּאָליטישע ראָלע אין דער קומעדיקער מדינה. אָבער די ליטװינער, להיפּוך צו ייִדן און פּאָליאַקן, האָבן ניט געהאַט קײן אינטערעס אין מחיה־מתים זײַן די אַמאָליקע גרױסע ליטע, װײַל זײ האָבן געװאָלט זײַן בעלי־הבתּים אין זײער לאַנד. כּל־זמן די דײַטשישע אַרמײ האָט קאָנטראָלירט די שטחים, האָבן די דאָזיקע סיכסוכים געהאַט נאָר אַ טעאָרעטישן כאַראַקטער; אָבער װען דײַטשלאַנד האָט פֿאַרלױרן די מלחמה און זיך צוריקגעצױגן פֿונעם קאַנט, האָבן אױפֿגעפֿלאַקערט אמתע מיליטערישע קאָנפֿליקטן.
די דאָזיקע קאָמפּליצירטע סיטואַציע װערט צעפּלאָנטערט אינעם זאַמלבוך „אַ פּראַגמאַטישע אַליאַנץ: ייִדיש־ליטװישע פּאָליטישע מיטאַרבעט אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט‟. די היסטאָריקער פֿון פֿאַרשידענע לענדער באַהאַנדלען דעם ענין פֿון צװײ צדדים, דעם ייִדישן און דעם ליטװישן. זײער אױפֿקלערעריש איז דער אַרטיקל פֿון מאַרקאָס זילבער (חיפֿה): „ליטע? אָבער װאָס פֿאַר אַ ליטע?‟ דער מחבר דערקלערט דעם טײַטש פֿונעם באַגריף „ליטע‟ בײַ ציוניסטן, אױטאָנאָמיסטן און בונדיסטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.