פּאַלֹעסטינער מערקן אָפּ 10 יאָר זינט אַראַפֿאַטס טויט

Palestinians Commemorate 10th Anniversary of Arafat's Death

דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס, בעת דער אָנדענק־צערעמאָניע, דעם 11טן נאָוועמבער, אין ראַמאַלאַ, אויפֿן מערבֿ־ברעג
Getty Images
דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס, בעת דער אָנדענק־צערעמאָניע, דעם 11טן נאָוועמבער, אין ראַמאַלאַ, אויפֿן מערבֿ־ברעג

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 12, 2014, issue of December 05, 2014.

טויזנטער פּאַלעסטינער האָבן דינסטיק זיך באַטייליקט אין אַ מאַניפֿעסטאַציע אין ראַמאַלאַ, אָפּצומערקן דאָס 10טע יאָר זינט דעם טויט פֿון יאַסיר אַראַפֿאַט, דער גרינדער פֿון „פֿאַטאַך‟, וועלכער האָט צענדליקער יאָרן לאַנג, ווי דער פֿירער פֿון דער „פּי־על־אָ‟, אָנגעפֿירט מיט די טעראָריסטישע אַקציעס קעגן ישׂראל.

אַראַפֿאַט איז געשטאָרבן פֿון אַן ערנסטער קראַנקייט דעם 11טן נאָוועמבער 2004, צו 75 יאָר, אין אַ פּאַריזער מיליטערישן שפּיטאָל.

לכתּחילה האָט אַראַפֿאַט אָנגעפֿירט מיט די אַקציעס קעגן ישׂראל, וווינענדיק „אין גלות‟ אין אַ ריי אַראַבישע לענדער, אָבער אין 1993, נאָכן „אָסלאָ‟־אָפּמאַך, האָט ער זיך אומגעקערט אינעם מערבֿ־ברעג. דער שלום־פּראָצעס איז איבערגעהאַקט געוואָרן צוליב דער וואַקסנדיקער בלוט־פֿאַרגיסונג. ווי אַ רעזולטאַט האָט אַראַפֿאַט פֿאַרבראַכט די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן פֿאַרשפּאַרט אין דער „מוקאַטאַ‟, זײַן הויפּטקוואַרטיר אין ראַמאַלאַ, אַרומגערינגלט מיט ישׂראלדיקע טאַנקען. נאָך זײַן טויט איז זײַן הויפּטקוואַרטיר געוואָרן דאָס אָרט פֿון זײַן קבֿר.

אַראַפֿאַטס פֿאַרטרעטער, מאַכמוד אַבאַס, האָט דינסטיק אָפּגעהאַלטן אַ רעדע בעת דער צערעמאָניע אין דער „מוקאַטאַ‟. ער האָט באַשולדיקט ישׂראל אין האָבן אַרײַנגעשלעפּט דעם ראַיאָן אין אַ רעליגיעזער מלחמה, און האָט דערקלערט, אַז מיזרח־ירושלים וועט מיט דער צײַט ווערן אַ טייל פֿון דער פּאַלעסטינער מדינה. מיט עטלעכע טעג פֿריִער האָט ער געהאַט צוגעזאָגט, אַז נאָך דעם ווי די נײַע מדינה וועט געגרינדעט ווערן, וועט מען אַראַפֿאַטס קבֿר טאַקע איבערפֿירן קיין ירושלים — אַ זאַך, וואָס ישׂראל האָט געהאַט אָפּגעוואָרפֿן גלײַך נאָך אַראַפֿאַטס טויט.

אין פֿאַרגלײַך מיט דער מאַניפֿעסטאַציע אין ראַמאַלאַ, אויפֿן מערבֿ־ברעג, זענען די עזה־פֿײַערונגען אין אַראַפֿאַטס אָנדענק אָבער אַנולירט געוואָרן, נאָך אַ רײ אויפֿרײַסן אין די הײַזער און אויטאָס פֿון „פֿאַטאַך‟־מיטגלידער פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק. אַבאַס האָט עפֿנטלעך באַשולדיקט די „כאַמאַס‟־פֿירערשאַפֿט אין די אַטאַקן.

אין סעפּטעמבער האָבן „כאַמאַס‟ און „פֿאַטאַך‟געהאַט מסכּים געווען, אַז „כאַמאַס‟ וועט איבערגעבן דער פֿאַראייניקטער „פֿאַטאַך‟־„כאַמאַס‟ רעגירונג דעם אויפֿזיכט איבער די קאָנטראָל־פּונקטן צווישן עזה און ישׂראל, כּדי צו דערמעגלעכן דעם אימפּאָרט פֿון מאַטעריאַלן אויפֿצובויען די שטאָט, וואָס איז צעשטערט געוואָרן אין דער 50־טאָגיקער מלחמה מיט ישׂראל. זינט דעמאָלט האָט „כאַמאַס‟ אָבער נישט דערלויבט דעם איבערגאַנג פֿון אויפֿזיכט, און קיין בוי־מאַטעריאַלן זענען עד־היום נישט אַרײַנגעקומען.

„צוליב די אַקציעס, קען מען דערווײַל נישט איבערבויען די שטאָט אָדער אומקערן די 100,000 מענטשן צוריק אַהיים,‟ האָט אַבאַס מיט כּעס באַטאָנט און — רעדנדיק, אַ פּנים, צו „כאַמאַס‟ — צוגעגעבן: „דער גרעסטער פֿאַרשפּילער דאָ איז דאָס פּאַלעסטינער פֿאָלק, בשעת איר זיצט אין אײַערע היימען און באַהעלטענישן, און טוט גאָרנישט,‟ האָט אַבאַס געזאָגט.