דער בריטישער „בי-בי-סי‟־קאַנאַל האָט במשך פֿון דער געשיכטע געהאַט אַ וווּנדערלעכן חוש צום שאַפֿן אויסערגעוויינטלעכע גוטע דראַמעס.
די דאָזיקע דראַמעס, מיט די פֿײַנסטע בריטישע אַקטיאָרן, ווי אויך די הויכע קוואַליטעט פֿונעם שרײַבן, פֿלעגן דינען ווי אַ מוסטער פֿאַר אַ סך טעלעוויזיע־קאַנאַלן איבער דער וועלט, בתוכם דעם ישׂראלדיקן ערשטן קאַנאַל. (בכלל האָט „בי-בי-סי‟ געדינט ווי אַ מוסטער פֿאַרן ישׂראלדיקן ערשטן קאַנאַל). פֿריִער פֿלעגט מען כּסדר ווײַזן אין ישׂראל די „בי-בי-סי‟־דראַמעס, און זיי פֿלעגן אַרויסרופֿן אַ גרויסן אינטערעס בײַ דעם עולם. אין די לעצטע פּאָר יאָרצענדליקער, האָט די קולטורעלע העגעמאָניע אין ישׂראל אַרויסגעוויזן מער אינטערעס צו דער אַמעריקאַנער דראַמע-פּראָדוקציע.
למאַי הייב איך אָן מיט אַזאַ סאָרט הקדמה?
צוליב דער נײַער בי.בי.סי.־סעריע „אַ בכּבֿודיקע פֿרוי‟ (The Honourable Woman), וואָס זעט אויס זייער אינטערעסאַנט ווײַל אין איר צענטער ווערט געשטעלט די מיטל־מיזרחדיקע פּאָליטישע רעאַליטעט. די דראַמע אַנטוויקלט זיך אַרום דער משפּחה סטײַן, ברודער און שוועסטער; ביידע ייִדן און ענגלישע מאַגנאַטן, וואָס האָבן געירשנט זייער טאַטנס ריזיקע פֿינאַנציעלע אימפּעריע. דער צווישן-דורותדיקער אונטערשייד דריקט זיך צום מערסטנס אויס אין זייער באַציִונג כּלפּי מדינת-ישׂראל. בשעת זייער טאַטע פֿלעגט שטיצן ישׂראל מיט גרויס התלהבֿות, דורכן צושיקן אַהין געווער, למשל, גלייבט דער יונגער דור, אַז נאָר דורכן שטיצן די גרינדונג פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה, זײַט בײַ זײַט מיט ישׂראל, וועט ישׂראלס קיום פֿאַרזיכערט ווערן; און דערצו איז עס די יושרדיקע זאַך צו טאָן כּלפּי דעם פּאַלעסטינער פֿאָלק. דאָס איז דער אָנהייב-פּונקט פֿון דער דראַמע.
ביסלעכווײַז אַנטפּלעקן זיך אַלץ מער און מער משפּחה-סודות, און דער ברידער און די שוועסטער סטײַן פֿאַרפּלאָנטערן זיך אין אַן אינטריגע, אין וועלכע עס זײַנען פֿאַרמישט אַ סך פֿאַקטאָרן — דער „מוסד‟, „סי־אײַ־איי‟, דער בריטישער שפּיאָנאַזש-ביוראָ, ישׂראלדיקע און פּאַלעסטינער געשעפֿטסלײַט, געוואַלד אין עזה, און „פֿאַרבאָטענע‟ סעקסועלע באַציִונגען צווישן די פֿאַרשידענע געשטאַלטן. אפֿשר קלינגט דאָס אַלץ ווי אַ געשמאַקער רעצעפּט פֿון מכּל-טובֿ, אָבער צום באַדויערן, איז פֿאַקטיש אַרויס דערפֿון עפּעס שטאַרקס, נאָר גאָר נישט אַזוי געשמאַק.
קודם-כּל, לגבי איינעם פֿון די מוסר-השׂכּלען פֿון דער סעריע: ייִדן פֿון דער וועלט מעגן און דאַרפֿן קריטיקירן די מדינה, וואָס דעפֿינירט זיך ווי אַ ייִדישע. איך אַליין אידענטיפֿיציר זיך זייער מיט אַזאַ מין מוסר-השׂכּל, אָבער דער אופֿן ווי אַזוי עס זעט אויס אין דער סעריע, איז כּמעט נאַריש. די געשטאַלט פֿון אַ הויך-באַאַמטער ישׂראלי, וואָס באַדראָט דעם ברודער, קומט אַרויס אין גאַנצן ווי אַ קאַריקאַטור. זי סטראַשעט, אַז „אויב דו וועסט זאָגן עפּעס די ענגלענדער, וועלן מיר דײַן שוועסטער אומברענגען. אויב דו וועסט פּראָבירן זי אַליין ראַטעווען, וועלן מיר זי אומברענגען. אויב דו וועסט באַצאָלן דאָס אויסלייזגעלט וואָס זיי פֿאָדערן, וועלן מיר זי אומברענגען. אויב דו וועסט אַ פּיפּס טאָן וועמען עס זאָל נישט זײַן, וועלן מיר זי אומברענגען….‟ — און אַזוי ווײַטער, און אַזוי ווײַטער.
דער פּרינציפּ איז, דאַכט זיך, שוין פֿאַרשטענדלעך געוואָרן. אויך דער אופֿן ווי אַזוי דער אַקטיאָר דריקט אויס די ווערטער איז איבערגעטריבן, מיט אַזאַ מין נישט-איבערצײַגעוודיקער ערנסטקייט. חנה אַרענדט האָט אונדז שוין געלערנט וועגן דער „באַנאַליטעט פֿון רישעות‟. דאָס הייסט, אַז דאָס רישעות וועט קומען אויף דער וועלט נישט אַזוי דורך אַזעלכע קלאָרע פֿאַנאַטישע מאַניפֿעסטאַציעס, נאָר גיכער דורך באַנאַלע גרויע געשטאַלטן, וואָס טוען, וואָס מע הייסט זיי צו טאָן. ס׳איז באַקאַנט, אַז די ישׂראלים וואָרענען די אײַנוווינער, זיי זאָלן פֿאַרלאָזן זייערע הײַזער, ווײַל מע וועט זיי באָמבאַרדירן. עס זײַנען אָבער געווען פֿאַלן, ווען ישׂראל-סאָלדאַטן האָבן טעלעפֿאָנירט אין די האָטעלן אין עזה צו באַשטעלן פּיצע, אַ פּאָר מינוט איידער די ישׂראל-אַרמיי האָט זיי באָמבאַרדירט.
עס זענען דאָ נאָך אַ סך בײַשפּילן לגבי דעם שוואַכן ניוואָ פֿונעם סצענאַר, וואָס איז איבערגעפּאַקט מיט „זײַטיקע סוזשעט־ליניעס‟, וואָס פֿאַרבינדן זיך נישט אַזוי ווײַט, אַז די גאַנצע דראַמע ווערט אײַנגעפֿאַלן. צו מאָל, איז אַ רחמנות צו קוקן אויף דער פֿײַנער אַמעריקאַנער אַקטריסע מעגי גילענהאָל אין דער הויפּט-ראָלע, ווען זי רעדט, למשל, צו סטודענטן אין מערבֿ-ברעג, נאָך דעם, וואָס זי האָט פֿאַר זיי פֿינאַנצירט אַ גיכע אינטערנעץ-פֿאַרבינדונג, און דערמוטיקט זיי מיט די ווערטער:
„…ס’איז אַלץ פֿאַר אײַך. באַניצט זיך דערמיט! זײַט נײַגעריק! פֿאַרבינדט זיך! טיילט זיך איינער מיטן אַנדערן און מיט אַנדערע מענטשן אין דער וועלט! זײַט די צוקונפֿט, מאַכט זי בעסער! ס’איז באמת זייער פּשוט… [הויכע אַפּלאָדיסמענטן]‟.
און דאָס איז נאָר איין בײַשפּיל. אַ שאָד אויפֿן „בי־בי־סי‟!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.