הײַיאָר רעדט מען און מע שרײַבט מער ווי אין אַנדערע יאָרן וועגן דער ערשטער וועלט־מלחמה. אַזוי פּראַוועט מען דעם 100־יאָריקן יוביליי. ערשט לעצטנס האָט זיך פֿאַרענדיקט אַ גרויסע אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ אין דעם ניו־יאָרקער צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע. אין משך פֿון צוויי טעג האָט מען אויסגעהערט אַ סך רעפֿעראַטן, וואָס האָבן באַרירט פֿאַרשיידענע ייִדישע אַספּעקטן פֿון די מלחמה־יאָרן. און ס’איז קלאָר אַלעמען, אַז די פֿראַגן זײַנען לחלוטין ניט אויסגעשעפּט געוואָרן. פֿאַרקערט, צו אַ סך פֿון זיי האָט מען זיך אַפֿילו ניט צוגערירט; און אַז מע רירט זיך שוין יאָ צו, באַווײַזן זיך גלײַך נײַע ריכטונגען פֿאַר פֿאָרש־אַרבעט.
מײַן איצטיקער אינטערעס צו די געשעענישן פֿון 1914־1918 האָבן צום יוביליי קיין שום שײַכות ניט. אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז דווקא איצט שרײַב איך אַ קאַפּיטל פֿאַר מײַן נײַ בוך וועגן די טעאָרעטישע וויכּוחים, געפֿירט דורך די אַמעריקאַנער ייִדישע סאָציאַליסטן אין די מלחמה־יאָרן. עס האָט זיי דעמאָלט געוואָרפֿן ווי אין קדחת, ווען זיי האָבן זיך געפּרוּווט פֿאַרטראַכטן וועגן אַזעלכע זאַכן ווי נאַציאָנאַליזם און אינטערנאַציאָנאַליזם. אָבער וועגן דעם וועל איך שרײַבן אַן אַנדערש מאָל. הײַנט וועט די רייד גיין וועגן אַ מער „פּראָזאַיִשן ענין‟.
די זאַך איז, אַז איך לייען פֿאַרשיידענע סאָציאַליסטישע פּובליקאַציעס, און זייער צאָל איז דעמאָלט געווען אַ היפּשע. אַ חוץ דעם „פֿאָרווערטס‟, דעם זשורנאַל „צוקונפֿט‟ (ער האָט דעמאָלט געהערט צום „פֿאָרווערטס‟), די אויסגאַבעס פֿון דער ייִדישער סאָציאַליסטישער פֿעדעראַציע, קוק איך אויך אַרײַן אין דער יוניאָן־פּרעסע. דעמאָלט האָבן אַ צאָל יוניאָנען געדרוקט ערנסטע ייִדישע צײַטשריפֿטן. צווישן זיי איז געווען אויך „דער ליידיס גאַרמענט וואָרקער‟, די צוויי־שפּראַכיקע אויסגאַבע פֿון דעם גרויסן יוניאָן, וואָס איז מער באַקאַנט לויט די ענגלישע ראָשי־תּיבֿות: ILGWU.
(די פּוריסטישע, דער עיקר, שעדלעכע, קאַמפּאַניע פֿון פֿאַרבײַטן ווערטער, געבאָרגט פֿון אַנדערע שפּראַכן, האָט אין יענע יאָרן נאָך ניט פֿאַרכאַפּט די ייִדישע סבֿיבֿה, אַזוי אַז דער זשורנאַל האָט ניט באַקומען עפּעס אַזאַ נאָמען: „דער פֿרויען־מלבושים־אַרבעטער‟.)
איך בין זיכער, אַז פֿאַר אייניקע „פֿאָרווערטס‟־לייענער קלינגט עס ווי אַ טייל פֿון זייער משפּחה־געשיכטע. דער „פֿאָרווערטס‟ האָט דאָך תּמיד געהאַט זייער נאָענטע באַציִונגען מיט דעם יוניאָן. כאַראַקטעריסטיש, אַז פּונקט אין די מלחמה־יאָרן האָט מען פֿאַרן יוניאָן־פּרעזידענט אויסגעוויילט בנימין שלעסינבערג, וואָס האָט ביז די וואַלן געאַרבעט ווי דער מענעדזשער פֿון „פֿאָרווערטס‟.
אין דעם נומער פֿון „ליידיס גאַרמענט וואָרקערס‟, וואָס איז אַרויס אין אויגוסט 1915, געפֿינען מיר אַן אַרטיקל מיטן קעפּל: „פֿרויען־מאָדעס און אַנדערע ענינים‟. דער אינטערעס צו מאָדעס איז בײַם זשורנאַל, און דעם יניאָן, געווען ניט קיין עסטעטישער, נאָר אַ (סאָציאַליסטיש באַפֿאַרבט) פּראָפֿעסיאָנעלער — פֿון די מאָדעס איז אָפּהענגיק געווען די אַרבעט. די מלחמה האָט געביטן דעם מצבֿ אין דער מאָדע, בפֿרט ווי זי איז אײַנגעפֿירט געוואָרן:
„די מאָדעס ווערן אַרויסגעגעבן פֿון די פּאַריזער מאָדיסטן, אָבער אָנגענומען און באַשטימט פֿאַר דער וועלט ווערן זיי דורך געוויסע פּראָמינענטע און באַוווּסטע רײַכע פֿרויען. בעפֿאָר [=פֿאַר] דער מלחמה פֿלעגט די סמעטענע פֿון די רײַכע פֿרויען פֿון דער וועלט זיך צוזאַמענקומען אין פֿראַנצויזישע פֿאַרגעניגנס־שטעט. אַ גראַפֿיניע, אַ באַראָנעסע, אַן אַקטריסע אָדער די פֿרוי פֿון אַן אַמעריקאַנער מיליאָנער פֿלעגט שטעלן די מאָדע. ווי ווילד אירע קליידער זײַנען ניט געווען, האָבן די איבעריקע „אָלרײַטניצעס‟ גלײַך איר נאָכגעטאַנצט; אַזוי איז די ווילדקייט אַרײַן אין דער מאָדע. … פּאַריז משוגע, די גאַנצע וועלט משוגע.‟
די מלחמה האָט עס געביטן און אַרײַנגעבראַכט אַ מיש־מאַש אין דער מאָדע און, ווי אַ פּועל־יוצא, אין דער „שמאַטע־אינדוסטריע‟. די פֿאַבריקאַנטן זײַנען ניט געווען זיכער, וואָס זיי האָבן געדאַרפֿט אויסאַרבעטן, און דער עולם האָט ניט געוווּסט, וואָס צו קויפֿן. אמת, האָט פּאַריז ניט אין גאַנצן פֿאַרלוירן זײַן אָרט. דער יוניאָן־זשורנאַל האָט, למשל, מיטגעטיילט, אַז „אויב די ידיעות וואָס די מאָדע־שרײַבער ברענגען פֿון פּאַריז זײַנען אמת‟, וועט זיך באַווײַזן אַ סך אַרבעט מיט „פּעטיקאָוטס‟ — אונטערקליידער. „די נײַעסטע מאָדע איז צו טראָגן צוויי פּעטיקאָוטס, איינע אַ דינע און איינע אַ דיקע. די דיקע איז פֿאַר געברויך — פֿאַר וואַרעמקייט — און די דינע איז פֿאַר דער וועלט. נאַטירלעך איז די דינע פֿול מיט קרויזן און פֿאַלדן, און קנייטשן אָן אַ שיעור.‟
נאָך איין בשׂורה־טובֿה האָט געבראַכט דער זשורנאַל, דהײַנו: די מלחמה האָט געעפֿנט פֿאַר די אַמעריקאַנער בגדים אַ נײַעם מאַרק — דרום־אַפֿריקע. ביז דער מלחמה פֿלעגט מען אַהין אַרײַנפֿירן אַזאַ סחורה פֿון אייראָפּע. איצט האָבן זיך אין אַמעריקע באַוויזן דרום־אַפֿריקאַנער סוחרים, וואָס זײַנען געקומען מיטן ציל אײַנצושטעלן קאָנטאַקטן מיט היגע פֿאַבריקן.
די מלחמה האָט געביטן ניט נאָר די טאָן־געבער אין דער מאָדע און די מאָדע גופֿא; גאַנץ ממשותדיק האָט זי געביטן אויך די סאָציאַלע ראָלע פֿון דער פֿרוי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.