דעם 7טן־9טן נאָוועמבער האָט דער „ישׂראלדיק־אַמעריקאַנער ראַט‟ דורכגעפֿירט זײַן ערשטע קאָנפֿערענץ. די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע שטרעבט צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען און דעם קעגנזײַטיקן פֿאַרשטאַנד צווישן די אָרטיקע אַמעריקאַנער ייִדן און ישׂראלדיקע אימיגראַנטן.
דער „ראַט‟ איז געגרינדעט געוואָרן מיט 7 יאָר צוריק אין לאָס־אַנדזשעלעס. במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, האָט די אָרגאַניזאַציע אָנגעהויבן זיך פֿאַרשפּרייטן איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און הײַיאָר באַשלאָסן צונויפֿצוברענגען די באַטייליקטע אויף דער ערשטער קאָנפֿערענץ.
בעת דער אונטערנעמונג האָט געהערשט אַן אַטמאָספֿער פֿון אומבאַקוועמקייט און אומזיכערקייט. דער פֿאָרזיצער, שאָן איווענהײַם, האָט דערקלערט, אַז די אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע ייִדן מוזן זיך באַקענען בעסער איינער מיטן צווייטן. די נעמען פֿון עטלעכע סעסיעס זענען געווען באַגלייט מיט אַ פֿרעגצייכן: „די ישׂראלדיקע אַמעריקאַנער — מער נישט פֿאַרבײַגייער?‟; „די ישׂראל־אַמעריקאַנער טאָפּלטע אידענטיטעט: באַקוועמקייט צי געוויסן?‟
די באַטייליקטע ישׂראלים האָבן זיך געטראָפֿן מיט אַזעלכע פּשוטע סימנים פֿונעם אַמעריקאַנער נוסח ייִדישקייט, וואָס זענען פֿאַר זיי אומבאַקאַנט, ווי דאָס פֿרישטיקן מיט בייגל, אַ קידוש פֿרײַטיק אויפֿדערנאַכט מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג, און פֿאַרשיידענע דיסקוסיעס וועגן אַסימילאַציע. בעת דער קאָנפֿערענץ, האָבן אַ צאָל באַטייליקטע זיך ביטער באַקלאָגט, אַז זיי פֿאַרשטייען נישט די סטרוקטור פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילות, וואָס ווערן געבויט אַרום די שילן, די ליבעראַלע פּאָליטישע מיינונגען פֿון די אָרטיקע ייִדן, און דעם שטייגער פֿונעם זאַמלען געלט פֿאַר ייִדישע ענינים אין אַמעריקע. עטלעכע מאָמענטן פֿון דער אונטערנעמונג האָבן אויסגעזען כּמעט ווי אַ פּסיכאָלאָגישע דראַמע.
לויט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ, וווינען אינעם לאַנד בערך 600,000 ישׂראלים. 750 באַטייליקטע זענען אָנגעקומען פֿון 23 שטאַטן. פֿון דער צווייטער זײַט, וווינען אין ישׂראל בערך 100,000 אַמעריקאַנער, וואָס זענען אויך נישט צוגעוווינט צו דעם דאָרטיקן לעבנס־שטייגער.
אין די 1970ער יאָרן, איז אין ישׂראל געווען פֿאַרשפּרייט דער שאַרף נעגאַטיווער קוק אויף די „יורדים‟, וואָס זענען אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע. יצחק ראַבין האָט זיי ממש פֿײַנט געהאַט. זינט דעמאַָלט האָט זיך דער מצבֿ געביטן. ישׂראל האָט זיך אינטעגרירט אין דער מערבֿדיקער עקאָנאָמיע און אַ סך ישׂראלים האָבן אָנגעהויבן זיך לערנען און אַרבעטן אין אויסלאַנד. הײַנט איז שווער צו געפֿינען אַ ישׂראלי, וואָס האָט נישט קיין קרובֿים־עמיגראַנטן אין אַ אַנדער לאַנד.
די באַציִונגען צווישן די צוויי מינים ייִדן בלײַבן נישט פֿויגלדיק. די וועלטלעכע ישׂראלים באַציִען זיך צו דעם אַמעריקאַנער געדאַנק פֿון שיל־אָריענטירטע קהילות מיט אַ חשד. זיי ווילן נישט מנדבֿ זײַן געלט פֿאַר די קהילה־צוועקן, וואָס קלינגען פֿאַר זיי אומפֿאַרשטענדלעך.
שׂרית ראָן, וועלכע פֿירט אָן מיט דער פּראָגראַם „חופֿשי במנהטן‟ („פֿרײַ אין מאַנהעטן‟), פּרוּוונדיק מקרבֿ צו זײַן די ישׂראלים צו דער ניו־יאָרקער שיל אויפֿן נאָמען פֿון סטיווען ווײַס, האָט דערקלערט, אַז צום בעסטן גיט זיך איר אײַן צו פֿאַראייניקן די צוויי גרופּעס מיט אַזעלכע נייטראַלע קולטור־ענינים, ווי מוזיק־קאָנצערטן און טענץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.