איסלאַם אין אַמעריקע

Islam in America


פֿון לייזער בורקאָ

Published November 14, 2014, issue of December 05, 2014.

איידער איך שפּרינג אַרײַן אין אַ פֿײַער פֿון מחלוקת, וויל איך קודם זיך באַוואָרענען, אַז איך בין אַזוי באַרופֿן צו שרײַבן וועגן איסלאַם אין אַמעריקע, ווי דער סאַטמערער רבי - וועגן די ווערק פֿון שעקספּיר. ניט איך האָב געלייענט זייערע ווערק (למשל, דער הייליקער „קאָראַן‟), ניט איך בין באַקאַנט פּערזענלעך מיט אַ סך אַמעריקאַנער מוסולמענער. אָבער אַזוי ווי מײַן אומוויסן וועגן אַלע מעגלעכע טעמעס האָט מיר נאָך קיין מאָל געשטערט צו שרײַבן וועגן זיי, האָב איך ניט קיין פֿאַרטיקן תּירוץ ניט צו שרײַבן וועגן דעם אויך.

כאָטש סימבאָליש, קען איך זיך פֿאָרט גרייסן מיט דעם, אַז איך בין אויפֿגעוואַקסן פּונקט לעבן דעם „איסלאַמישן צענטער פֿון ניו־יאָרק‟, דער גרעסטער מעטשעט אין דער שטאָט. גייענדיק אין דער שול אין דער פֿרי, פֿלעג איך קינדווײַז אָפֿט הערן ווי דער „מועזין‟ רופֿט די גלייביקע צו עבֿודת־הבורא. דערצו קען איך אַפֿילו זיך ייִחוסן מיט אַ מוסולמענער אין דער משפּחה: די מומע מײַנע, אַ ישׂראלדיקע, האָט זיך פֿאַרליבט אין אַן אַראַבער, אַ בעדויִנער, וואָס דינט אין דער ישׂראל־אַרמיי.

הייסן הייסט ער קאַסעם, אָבער כּדי זײַן אַראַבישקייט זאָל די ישׂראלים ניט וואַרפֿן צו פֿיל אין די אויגן, פֿלעגט מען אים רופֿן כּושי. צום באַדויערן, האָט ער שפּעטער זיך צעשיידט מיט דער מומען און די לעצטע 15 יאָר מסתּמא האָב איך אים ניט געזען, אָבער איך געדענק נאָך, ווי איך האָב געריטן קינדווײַז אויף זײַן קעמל און אויף זײַן אייזל — און זיך דערשראָקן. עס וואָלט געווען כּדאַי אַ מאָל צו שרײַבן וועגן אים און וועגן דער באַציִונג פֿון מײַנע ישׂראלדיקע קוזינען צו זייער האַלב־אַראַבישקייט (איך וועל אויסזאָגן אַ סוד: אין ישׂראל שטאָלצירט מען ניט דערמיט), אָבער דערווײַל וועל איך לאָזן דעם לייענער געשפּאַנט.

עס לעבן הײַנט אַן ערך 1.5 ביליאָן מוסולמענער — די צווייט־גרעסטע רעליגיע אויף דער וועלט, איבער 20% פֿון דער מענטשהייט. לויט דער אָנגענומענער סטאַטיסטיק, לעבן אין אַמעריקע בלויז 2.6 מיליאָן מוסולמענער, 0.8% פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. זייער גרעסטער צענטער איז ניו־יאָרק, וווּ עס וווינען אַרום 70,000 מוסולמענער. מיר דאַכט זיך, אַז איך זע 70,000 מוסולמענער בלויז אינעם סאָבוויי אויפֿן וועג אַהיים און אַז עס מוזן זײַן אַ סך, אַ סך מער. קען זײַן, אַז זיי מאַכן אַזאַ גרויסן אײַנדרוק אויף מיר, ווײַל זייערע פֿאַרשלייערטע פֿרויען און באַבערדלטע מענער וואַרפֿן זיך מער אין די אויגן ווי ס’רובֿ אַנדערע פּאַסאַזשירן, פּונקט ווי אונדזערע חסידים. על־כּל־פּנים, וואַקסט די צאָל אַמעריקאַנער מוסולמענער זייער גיך: זייערע פֿרומע משפּחות האָבן אַ סך קינדער; עס קומען אַרײַן אַ סך אימיגראַנטן פֿון אַזעלכע לענדער ווי פּאַקיסטאַן, אינדיע, און די אַראַבישע שטאַטן; און טויזנטער אַמעריקאַנער, וואָס האָבן פֿריִער ניט געוווּסט פֿון איסלאַם, נעמען אָן דעם נײַעם גלויבן למשל, אַ סך שוואַרצע אַרעסטאַנטן אין אונדזערע תּפֿיסות.

דער וווּקס פֿון דער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג שטעלט די אַמעריקאַנער ייִדן אין אַן אומבאַקוועמער סיטואַציע, ווײַל עס פֿאַרשטייט זיך, אַז ס’רובֿ מוסולמענער סימפּאַטיזירן מיט די פּאַלעסטינער און האַלטן, אַז זיי ווערן באַעוולט פֿון ישׂראל און פֿון „די ייִדן‟. ווילנדיק צי ניט־ווילנדיק, האָבן אַלע ייִדן אומעטום אַ חלק אין דעם, וואָס ס׳קומט פֿאָר אין מדינת־ישׂראל. ס׳איז מער ניטאָ וווּ צו אַנטלויפֿן. איך געדענק איין מאָל, ווי איך בין געפֿאָרן צום פֿליפֿעלד מיט אַ טאַקסי און געפֿירט אַ גוטמוטיקן שמועס מיטן שאָפֿער, האָט ער פּלוצעם אַ פֿרעג געטאָן: „און וווּהין פֿליט איר?‟ פֿונעם נאָמען אויפֿן שילדל האָב איך באַמערקט, אַז דער שאָפֿער איז מסתּמא אַן אַראַבער, האָב איך גלײַך פֿאַרלוירן דעם חשק אים צו זאָגן, אַז איך פֿלי אין אונדזער ארץ־הקודש.

צום גליק, ניט ווי אין אייראָפּע, זײַנען ס’רובֿ אַמעריקאַנער מוסולמענער פֿונעם בעל־הבתּישן מיטלשטאַנד: דאָקטוירים, אינזשענירן, מענטשן מיט דיפּלאָמען, וואָס פֿאַרדינען מער ווי די דורכשניטלעכע אַמעריקאַנער. זיי לעבן אויסגעמישט מיט די אַנדערע בירגער, ניט אין קיין מוסולמענישע „געטאָס‟ אָדער אָרעמע געגנטן הינטער דער שטאָט. דעריבער איז זייער נטיה צו ראַדיקאַליזם אַ סך שוואַכער בײַ אונדז, און הלוואַי ווײַטער אַזוי. אין דער גרעסטער ייִדישער געגנט, באָראָ־פּאַרק, ברוקלין, וווינען אויך טויזנטער מוסולמענער, און די צוויי גרופּעס לעבן צוזאַמען בשלום. פֿאַקטיש שאַצן די מוסולמענער אָפּ די קאָנסערוואַטיווע אַטמאָספֿער, וואָס די חסידים האָבן דאָרט געשאַפֿן: ניטאָ קיין פֿיזישער קאָנטאַקט צווישן מענער און פֿרויען אויף דער גאַס, מע לערנט די יוגנט דרך־ארץ און ייִראת־שמים. צוליב זייער סאָציאַלער קאָנסערוואַטיווקייט, האָבן גאַנצע 80% פֿון די אַמעריקאַנער מוסולמענער געשטימט פֿאַרן רעפּובליקאַנער דזשאָרדזש בוש אין די וואַלן פֿון יאָר 2000, כאָטש אַ סך האָבן זייער גיך חרטה געהאַט.

די גרויסע מערהייט אַמעריקאַנער מוסולמענער זײַנען וווילע מענטשן מיט אַ גוטן ווילן, וואָס זוכן דאָ דאָס ביסעלע גליק און דעם „אַמעריקאַנער חלום‟, וואָס ס׳האָט זיי אויסגעפֿעלט בײַ זיך אין דער היים, פּונקט ווי אַלע אַנדערע. פֿון דעסטוועגן, איז שווער צו פֿאַרקוקן דעם פֿאַקט, אַז אויף דער סקאַלע פֿון רעליגיעס, פֿון כּמעט ראַציאָנאַליסטיש (לאָמיר זאָגן, די אוניטאַריער און די רעפֿאָרם־ייִדן) ביז דער העכסטער מדרגה פֿון פֿאַנטאַזיע און פֿאַנאַטיזם, ליגט דער איסלאַם אַ ביסל העכער. דעריבער איז ניט געווען אַזאַ גרויסער שאָק, ווען דער געוועזענער אימאַם פֿונעם „איסלאַמישן צענטער פֿון ניו־יאָרק‟, דאָרט וווּ איך בין אויפֿגעוואַקסן, האָט זיך אַרויסגעזאָגט באַלד נאָכן 9/11 מיט אַזעלכע ווערטער, אַז „נאָר די ייִדן‟ זײַנען בכּוח דורכצופֿירן אַזאַ אַטאַק, און „ווען דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק וואָלט זיך דערוווּסט דערפֿון, וואָלט עס געמאַכט דאָס זעלבע מיט די ייִדן וואָס היטלער‟.