מיט אַ חודש צוריק האָט מען אין דער חסידישער קהילה געבראַכט צו קבֿורה נאָך אַ קרבן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג.
דזשאָ׳י די׳אַנדזשעלאָ איז געבוירן געוואָרן ווי יואלי דויטש. זײַן לעבן איז ממש קאַליע געוואָרן, ווען ער איז געווען בלויז זיבן יאָר אַלט — ווען עמעצער האָט אים פֿאַרגוואַלדיקט אין דער מיקווה. האָפֿנדיק זיך אויסצוהיילן פֿון די גײַסטיקע וווּנדן, איז ער שפּעטער געוואָרן אַן עפֿנטלעכער פֿאַרטיידיקער פֿון די געליטענע פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג. צום סוף, האָט ער אָבער מער נישט געקאָנט איבערטאָרגן די יסורים, און דעם פֿאַרגאַנגענעם שׂמחת־תּורה איז ער אומגעקומען, נאָך אַן איבערדאָזע פֿון נאַרקאָטיק.
צום באַדויערן, איז דזשאָ׳יס געשיכטע ווײַט נישט די איינציקע. אַ סך קינדער אין דער חסידישער קהילה זענען קינדווײַז פֿאַרגוואַלדיקט געוואָרן. איך בין אַליין אויפֿגעוואַקסן אין דזשאָ׳יס קהילה. מײַן משפּחה האָט געדאַוונט אין דעם זעלבן בית־מדרש ווי זײַנע, און מיר האָבן זיך געלערנט אין זעלבן חדר.
ווען איך בין געווען 10 יאָר אַלט בין איך יעדן טאָג אַרויס פֿון הויז 7:00 אין דער פֿרי און געוואַרט אויף אַן אויטאָבוס, וואָס זאָל מיך פֿירן אין חדר. אַנדערע קינדער זענען אויך געשטאַנען בײַ דער זעלבער סטאַנציע. צוליב דעם וואָס די געגנט איז געווען גאַנץ זיכער, האָט מען אונדז געלאָזט דאָרט וואַרטן אָן דעם אויפֿזיכט פֿון אַ דערוואַקסענעם. מיר זענען אַרומגעלאָפֿן און זיך געשפּילט, אַפֿילו אין די ווינטער־חדשים, ווען ס׳איז נאָך געווען פֿינצטער אין יענע שעהען.
לעבן דער סטאַנציע איז געשטאַנען אַ בעקערײַ, וואָס האָט געהערט צו אַ געוויסער חסידישער משפּחה. יעדער אין דער משפּחה האָט געהאַט זײַן אַרבעט, און איינער פֿון זיי האָט געדאַרפֿט מיט זײַן אויטאָ ברענגען פֿריש ברויט צו אַלע שפּײַזקראָמען אין געגנט. יעדן אינדערפֿרי האָט יענער אויסגעקליבן אַ ייִנגל, אים אַרײַנגענומען אין זײַן אויטאָ, זיך „געטשעפּען‟ צו אים, און אים אומגעקערט צו דער אויטאָבוס־סטאַנציע, גלײַך ווי גאָרנישט איז געשען. יאָרן לאַנג האָט ער דאָס געטאָן.
די געליטענע האָבן זיך צו פֿיל געשעמט אויסצוזאָגן זייערע טאַטע־מאַמע, אַז מע האָט זיי באַעוולט. ווען זיי האָבן, מיט יאָרן שפּעטער, שוין יאָ דערציילט עפֿנטלעך וועגן דעם, האָבן געוויסע מענטשן אין דער קהילה זיי שאַרף קריטיקירט דערפֿאַר.
און ס׳איז טאַקע גאָרנישט געוואָרן דערפֿון. די עסקנים האָבן באַשלאָסן זיך צו מאַכן כּלא־ידע וועגן דעם ברוטאַלן פֿאַרברעכער. ער איז דאָך געווען פֿון אַ חשובֿער, פֿאַרמעגלעכע משפּחה…
כּדי צו פֿאַרשטיין ווי אַזוי די קהילה קאָן זיך מאַכן גלײַכגילטיק לגבי אַזוינע סעקסועלע אַטאַקן, דאַרף מען באַטאָנען דעם אונטערשייד צווישן סעקס — אַ פֿיזישער אַקט, וואָס מענטשן, און להבֿדיל, קעץ, בינען און אַפֿילו בלומען טוען לויטן אינסטינקט, און סענסועלקייט — אַן עמאָציע, וואָס מע דאַרף זיך ערשט אויסלערנען. די דערוואַקסענע אין אונדזער לעבן העלפֿן אונדז צו אַנטוויקלען די געפֿילן.
בײַ די חסידים און אַנדערע חרדישע קהילות פֿאַרשטייט מען נישט דעם חילוק צווישן סעקס און סענסועלקייט. ווי אַלע מענטשן, האָבן די חרדים סעקס, אָבער בײַ זיי איז דער איינציקער ציל דערפֿון צו האָבן קינדער. סענסועלקייט (דאָס הנאה־האָבן פֿון סעקס) און דאָס אויסלערנען מענטשן וועגן סעקס זענען שטאַרק פֿאַרדאַמט. אַ חרדישער מאַן אָדער פֿרוי ווערט נישט געמוטיקט הנאה צו האָבן פֿון זייערע סעקסועלע געפֿילן, און די עלטערן און לערער לערנען נישט די קינדער ווי צו אַנטוויקלען זייער „סעקסועלע אידענטיטעט‟.
דער חרדישער גלײַכגילט צו דער סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון קינדער איז אַ רעזולטאַט פֿון זייער נישט פֿאַרשטיין די וויכטיקייט פֿון סעקסועלקייט. בײַ זיי איז דאָס טשעפּען זיך צו קינדער פּשוט אַ סימן פֿון אַ נישט־צניעותדיקן אויפֿפֿיר. זיי פֿאַרשטייען נישט ווי אַזאַ אַקט קאָן גײַסטיק קאַליע מאַכן אַ קינד. זיי פֿאַרשטייען נישט די פּסיכאָלאָגישע רעזולטאַטן פֿאַרן געליטענעם, ווײַל בײַ זיי איז סעקס אַ ריין־פֿיזישער אַקט.
די פֿון אונדז, וועלכע האָבן ליב די חרדישע קהילה און זאָרגן זיך וועגן דער דערציִונג פֿון אירע צוקונפֿטדיקע דורות, דאַרפֿן אויך פֿאַרשטיין, אַז פֿאַרדאַמען די חסידים דערפֿאַר העלפֿט אויך נישט. דער מצבֿ וועט זיך בײַטן בלויז דעמאָלט, ווען די חרדישע פֿירער וועלן האָבן דעם קוראַזש צו בײַטן זייער צוגאַנג צו סעקסועלקייט און סענסואַליטעט. בלויז דורך פֿאַרוואַנדלען „סעקס‟ אין „עראָס‟, וועלן זיי קאָנען אײַנזען די וויכטיקע ראָלע וואָס סעקס שפּילט אין דער אַנטוויקלונג פֿון גײַסטיק געזונטע לײַט, און אויך אײַנזען דעם פֿיזישן און פּסיכאָלאָגישן גרויל פֿון אַזוינע אַטאַקן אויף קינדער. ערשט דעמאָלט וועלן זיי קענען מיט אַלע כּוחות באַקעמפֿן סעקסועלע באַלעסטיקונג אין זייער קהילה.
דערצו וועט עס גרינגער מאַכן דעם ווייטיק פֿון די אַלע יונגע אומשולדיקע געליטענע, וואָס מיר לייענען וועגן זיי אין די צײַטונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.