דורך דער מאָבילקע, קען מען הײַנט געפֿינען אָן אַ שיעור „אַפּס‟ [פֿאַרקירצונג פֿון „אַפּליקאַציעס‟], וואָס האָבן אַ ספּעציפֿישע פֿונקציע — אַראָפּצונעמען פֿאָטאָגראַפֿיעס; געפֿינען אַ רעצעפּט פֿון אַ באַליבט מאכל; באַשטעלן אַ מאָלצײַט פֿון אַ רעסטאָראַן; באַלײַכטן אַ צימער, אאַז״וו. דער טעלעפֿאָן איז הײַנט ממש ווי אַ מענטשנס פּערזענלעכער באַדינער.
איז אפֿשר נישט קיין חידוש, אַז איצט קען אַ ייִד אויך געפֿינען זײַן באַשערטע דורך דער מאָבילקע. דער „אַפּ‟, וואָס הייסט JSwipe, איז אַ סך גרינגער צו ניצן ווי די ייִדישע שדכנות־וועבזײַטן JDate און Saw You at Sinai, ווײַל מע דאַרף נישט זיצן פֿאַר אַ קאָמפּיוטער און ענטפֿערן צענדליקער פֿראַגעס וועגן זיך אַליין, אָדער וועגן אײַערע פּרעפֿערענצן פֿאַר אַ שידוך.
ס׳איז אויך אַן ענין פֿון געלט. JDate קאָסט $40 אַ חודש, און Saw You at Sinai — צווישן $10.95 און $18.95 אַ חודש. JSwipe קאָסט נישט קיין פּעני.
JSwipe איז געגרינדעט געוואָרן נאָכן מוסטער פֿון אַן אַלגעמיינעם (נישט קיין ייִדישן) „אַפּ‟ צו געפֿינען אַ ליבע: Tinder, וואָס פֿאַרבינדט די פּראָפֿילן פֿון זײַנע באַניצער לויט זייער געאָגראַפֿישער נאָענטקייט אין יענעם מאָמענט.
דער פּראָצעס בײַ JSwipe אַרבעט אַזוי: צו ערשט, לאָדט מען אַראָפּ דעם „אַפּ‟ צו דער מאָבילקע. מע שטעלט אַרײַן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון זיך, און מע ענטפֿערט אויף פֿינף גרינגע פֿראַגעס: ווי אַלט איר זענט? צו וועלכן רעליגיעזן שטראָם פֿון ייִדישקייט איר געהערט (אָרטאָדאָקסיש, קאָנסערוואַטיוו, רעפֿאָרם, און אַפֿילו „כ’בין נישט קיין ייִד, אָבער איך וויל זיך מגייר זײַן‟)? כּשר, צי נישט כּשר? וויפֿל מײַל אַוועק מעגן די „שידוכים‟ זײַן? און — איין זאַץ אָדער אַפֿילו בלויז עטלעכע ווערטער, וואָס באַשרײַבן אײַך.
איר דאַרפֿט נישט אָנווײַזן, וווּ איר וווינט, ווײַל דער GPS אינעם טעלעפֿאָן וועט שוין לאָזן דעם צווייטן מענטשן וויסן, ווי ווײַט איר געפֿינט זיך פֿון אים אין יענעם מאָמענט.
דערנאָך איז מען גרייט אָנצוהייבן. JSwipe שיקט אײַך אַ פּראָפֿיל פֿון אַ פּאָטענציעלן „שידוך‟, לויט אײַער געאָגראַפֿישער נאָענטקייט און רעליגיעזער קריטעריע. אויב ער אָדער זי פֿאַראינטערעסירט אײַך, טוט איר אַ „גליטש‟ מיטן פֿינגער אויף רעכטס; און אויב נישט — אויף לינקס. געוויסע באַניצער „גליטשן זיך רעכטס‟ פֿאַר אַלע פּראָפֿילן, וואָס ווערן געשיקט צו זיי, אַבי צו פֿאַרגרעסערן די שאַנסן, אַז זיי וועלן זיך פֿאַרבינדן מיט עמעצן.
און אויב עס שאַפֿט זיך טאַקע אַ פֿאַרבינדונג — אויב, למשל, סײַ דוד, סײַ יעל, זאָגן „יאָ‟ — באַקומען זיי ביידע דעם אָנזאָג: „מזל־טובֿ, דוד און יעל, איר זענט אַ פּאָר!‟ דעמאָלט קענען זיי זיך אויסטוישן מיט „טעקסטלעך‟ (בריוועלעך) דורך JSwipe, און ווען עס גייט שוין גוט — זיך אויסבײַטן מיט זייערע אייגענע טעלעפֿאָן־נומערן און זיך טרעפֿן פּנים־אל־פּנים. די גאַנצע זאַך קען דויערן ווייניקער ווי אַ שעה.
„ווען איך פּרוּוו געפֿינען עמעצן דורך JDate און Saw You at Sinai, נעמט עס אַמאָל וואָכן אָדער חדשים לאַנג ביז עמעצער ענטפֿערט מיר, אָבער אינעם ערשטן טאָג פֿון ניצן JSwipe, האָבן 8 מיידלעך מיך שוין געענטפֿערט,‟ האָט אַ 29־יאָריקער געשעפֿטסמאַן, משה (נישט זײַן אמתער נאָמען), באַמערקט.
זינט JSwipe איז געגרינדעט געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם פּסח, איז עס געוואָרן זייער פּאָפּולער: 125,000 באַניצער אין 70 לענדער; און יעדן טאָג — טוען אַ „גליטש‟ מיטן פֿינגער אויף JSwipe בערך 1.5 מיליאָן מענטשן, און ס׳ווערן איבערגעשיקט 65,000 טעקסטלעך.
פֿון דעסטוועגן, האָבן נישט אַלע באַקומען גוטע רעזולטאַטן פֿון JSwipe. אַ 26־יאָריקע פֿרוי אין ברוקלין האָט געזאָגט, אַז די ערשטע וואָך האָט זי יאָ באַקומען אַ „שידוך‟, און די ראַנדקע איז געגאַנגען נישט־שלעכט, אָבער ס׳איז גאָרנישט געוואָרן דערפֿון. „זינט דעמאָלט האָב איך מער נישט געקראָגן קיין ענטפֿערס, ניץ איך איצט אַנדערע ׳אַפּס׳ ווי OK Cupid און Coffee Meets Bagel.‟
כאָטש יענע „אַפּס‟ זענען נישט בלויז פֿאַר ייִדן, געפֿינט זיך בײַ OK Cupid אַ באַזונדערע קאַטעגאָריע פֿאַר די באַניצער, וועלכע זוכן ייִדן, און Coffee Meets Bagel האָט די מעלה, וואָס יעדן טאָג שיקט מען דיר אַ פּראָפֿיל פֿון אַ מעגלעכן שידוך.
געוויסע קריטיקער פֿון JSwipe (ווי אויך פֿון Tinder), טענהן, אַז ביידע „אַפּס‟ לייגן צו פֿיל טראָפּ אויף דער פֿיזישער שיינקייט פֿונעם מענטשן, אַ רעכטע טענה. און משה האָט טאַקע מודה געווען, אַז ער קלײַבט, געוויינטלעך, אויס בלויז די שענערע פֿרויען. „דאָס איז אָבער מער נאַטירלעך ווי איבערצולייענען זייערע ביאָרגאַפֿיעס, נאָך איידער מיר טרעפֿן זיך,‟ האָט ער געזאָגט.
ווי איין בלאָגער האָט לעצטנס געשריבן אין זײַן רעצענזיע וועגן JSwipe: „ווען דו גייסט אויף אַ שׂימחה, און די זעסט אַ שיין מיידל, ווייסטו כּמעט גאָרנישט וועגן איר, איידער דו באַגריסט זי. פֿאַר וואָס זשע זאָל זײַן אַנדערש מיט אַן ׳אַפּ׳?‟
און וואָס איז מכּוח תּכלית? צי זענען שוין דערפֿון אַרויסגעקומען ערנסטע שידוכים? „אַבסאָלוט,‟ האָט דוד יאַרוס, דער 27־יאָריקער גרינדער פֿון JSwipe, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „במשך פֿון די ערשטע זעקס חדשים האָבן מיר שוין באַקומען הונדערטער בליצבריוו פֿון פּאָרלעך, וואָס האָבן זיך באַקענט דורך JSwipe, און צוויי מענטשן האָבן שוין מודיע געווען, אַז זיי זענען פֿאַרקנסט.‟
יאַרוס האָט געזאָגט, אַז זײַן הויפּט־מאָטיוואַציע בײַם שאַפֿן אַזאַ „אַפּ‟ איז, אַז ייִדן זאָלן האָבן אַ מער עפֿעקטיוון אופֿן זיך צו באַקענען מיט אַנדערע ייִדן, און דער עיקר — עס זאָל זיי נישט קאָסטן קיין געלט.
„פֿאַר ליבע וואָלט מען נישט באַדאַרפֿט באַצאָלן,‟ האָט יאַרוס געזאָגט. „איך האַלט, ס׳איז ממש אַ באַליידיקונג צו רעכענען געלט בײַם אָנקניפּן ליבע־פֿאַרבינדונגען צווישן מענטשן.‟
שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי אַזוי פֿאַרדינט JSwipe, בפֿרט, אַז קיין באַצאָלטע רעקלאַמעס זעט מען דאָרט אויך נישט?
„דער אמת איז, אַז אונדזערע אינוועסטאָרן האַלטן ווי איך; מע דאַרף נישט נעמען בײַ מענטשן געלט צו געפֿינען אַ ליבע,‟ האָט יאַרוס דערקלערט. „אפֿשר מיט דער צײַט וועט אַ גרויסע פֿירמע אונדז טאַקע אָפּקויפֿן, אָבער דערווײַל קאָנצענטרירן מיר זיך אויף בלויז איין זאַך: אַרײַנציִען אַלץ מער באַניצער, און דערמעגלעכן ראָמאַנטישע פֿאַרבינדונגען, וואָס זענען אַזוי ווײַט אויטענטיש, ווי מעגלעך.‟
און דאָס זענען אפֿשר די סיבות, פֿאַר וואָס JSwipe איז אין אַזאַ קורצער צײַט געוואָרן אַזוי פּאָפּולער: ערשטנס, ווײַל ס׳איז גרינג צו ניצן, און צווייטנס, איז עס אפֿשר בעסער, וואָס דער בחור און דאָס מיידל ווייסן ווייניק איינער פֿונעם צווייטן, איידער מע טרעפֿט זיך; אַזוי בלײַבט אַ געוויסע מיסטעריע צווישן זיי. און אָט די מיסטעריע, דאָס „נישט־וויסן‟, איז אַ פּנים, אַ וויכטיקער מאָמענט פֿונעם כּישוף־מיטל, וואָס הייסט ליבע.
„איך פֿלעג איבערלייענען גאַנצע זײַטן וועגן יעדן מיידל, נאָך איידער איך האָב זיך פֿאַרבונדן מיט איר,‟ האָט משה געזאָגט. „אָבער דער אמת איז, וואָס מער מע לייענט וועגן אַ מענטש, אַלץ מער איבערקלײַבעריש ווערט מען — אַזוי איז סײַ בײַ די מענער, סײַ בײַ די פֿרויען.‟
יאַרוס האָט פּערזענלעך אויך גענאָסן פֿון JSwipe. ווען ער האָט זיך אַריבערגעצויגן קיין ניו־יאָרק, האָט ער פֿיר יאָר לאַנג געוווינט אויפֿן „אָפּער וועסט סײַד‟, געגאַנגען אין שיל, אויף אָן אַ שיעור שׂימחות, אָבער זיך באַקענט מיט ווייניק פֿרויען, ווײַל ער האָט געהאַלטן אין איין זען אין זיי די זעלבע פֿרויען פֿון זײַן אייגענעם געזעלשאַפֿטלעכן קרײַז. אַ דאַנק דער געזעלשאַפֿטלעכער טעכנאָלאָגיע פֿון JSwipe, באַקענט ער זיך איצט מיט פֿרויען מחוץ זײַנע קרײַזן, און במילא — האָט ער אַ סך מער הצלחה.
„די מאָבילקע שפּילט הײַנט אַ ריזיקע ראָלע אין דער פּאָפּ־קולטור, און די יוגנט האָט גרויס הנאה פֿון ניצן עס,‟ האָט יאַרוס געזאָגט. „איז טאַקע נישט קיין חידוש, אַז עס העלפֿט מענטשן אויך געפֿינען אַ באַשערטע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.