אַז מע רעדט פֿון ייִדיש־רוסישע זיווגים...

Speaking of Mixed Jewish-Russian Marriages...


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published November 18, 2014, issue of December 05, 2014.

די לעצטע צײַט קוק איך פֿון מאָל צו מאָל אַרײַן אין דעם אַלטן „בינטל בריוו‟, וואָס האָט אין אַ גרויסער מאָס דעפֿינירט דעם פּרצוף פֿון אַב. קאַהאַנס „פֿאָרווערטס‟. די דאָזיקע קאָלומנע האָט צו זיך צוגעצויגן דעם ברייטן לייענער און, גלײַכצטיק, אָפּגעשטויסן דעם „פֿײַנשמעקער‟. צום באַדויערן, בלײַבט די באַציִונג פֿונעם אַקאַדעמישן עולם צו דעם מאַטעריאַל דערווײַל, בדרך־כּלל, אַ קאַלטע, הגם די דאָזיקע זײַטלעך — אויב מע לייענט זיך אין זיי אַרײַן ניט אויף איין פֿוס, נאָר מיט אַ טאָלק און התמדה — שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן אוניקאַלן קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע מכּוח דעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן, בפֿרט משפּחה־ענינים, אינטימע צווישן־באַציִונגען און מידות.

מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָב איך געשריבן וועגן אַ „בלוטיקן שפּאַס‟ (פּינקטלעכער אַ „בלוטיקן פֿאַרס‟) אין מאָקסווע אין יאָר 1922. וועגן דעם דאָזיקן ענין האָב איך געהאַט גערעדט אויף אַ קאָנפֿערענץ, אָבער איצט דאַרף איך עס אַנטוויקלען אין אַ קאַפּיטל פֿאַרן זאַמלבוך, באַזירט אויף די קאָנפֿערענץ־רעפֿעראַטן. האָב איך פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט, זוכנדיקן אין די אַלטע נומערן פֿון „פֿאָרווערטס‟ אַן אָפּקלאַנג אויף דער געשעעניש. און געפֿונען! אָבער גלײַכצײַטיק האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ (לויט מײַן מיינונג) טשיקאַוון בריוו אין דער „בינטל‟־קאָלומנע.

מײַן אויפֿמערקזאַמקייט צום בריוו האָט צוגעצויגן די קורצע באַשרײַבונג זײַנע (דאָ און ווײַטער דערהײַנטיק איך אַ ביסל די שפּראַך): „זי איז אַ יונג מיידל און ניט לאַנג פֿון רוסלאַנד. — זי האָט זיך באַקענט מיט אַ רוסישן יונגער־מאַן. — גערעדט רוסיש און זיך פֿאַרליבט. — איצטער האָט זי אַנטדענקט, אַז ער איז גאָר אַ קריסט. — זי האָט אים ליב און האָט מורא אים ליב צו האָבן.‟ און ווײַטער ווערט דערציילט די האַרצרײַסנדיקע מעשׂה, אונטערגעשריבן „אַ פֿאַרצווייפֿלט קינד‟.

באַזונדערס אינטערעסאַנט געפֿין איך דעם קאָמענטאַר פֿון דער רעדאַקציע, וואָס איך ברענג דאָ זייער געקירצט:

„אײַער ליבע און אײַער שרעק איז גאַנץ נאַטירלעך, אָבער מיר קענען אויף דעם ניט געבן קיין באַשטימטן ענטפֿער. עס זײַנען דאָ אַ סך זיווגים צווישן ייִדן און קריסטן, וואָס זײַנען גליקלעך. עס זײַנען אויך דאָ אַ סך אַזעלכע, וואָס זײַנען זייער אומגליקלעכע. עס ווענדט זיך וואָס פֿאַר אַ מענטשן זײַנען די וואָס האָבן חתונה מיט קריסטן.