זונטיק, דעם 16טן נאָוועמבער, איז געשטאָרבן די לעצטע טאָכטער פֿון יאָזעף קלעמענס פּילסודסקי, דער ערשטער מאַרשאַל פֿון דער פּוילישער רעפּובליק, וועלכע איז געגרינדעט געוואָרן גלײַך נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. פּילסודסקי איז אויך געווען דער גרינדער פֿון דער נאַציאָנאַלער אַרמיי אינעם לאַנד.
יאַדוויגאַ פּילסודסקאַ־יאַראַטשעווקסאַ, איינע פֿון פּילסודסקיס צוויי טעכטער, איז זונטיק געשטאָרבן אין וואַרשע, אינעם עלטער פֿון 94 יאָר.
פֿאַר זײַן טויט אין 1935, איז פּילסודסקי געווען זייער פּאָפּולער בײַ די פּוילישע ייִדן, צוליב זײַן קעגנערשאַפֿט צו אַנטיסעמיטיזם און עקסטרעמע פֿאָרמען פֿון נאַציאָנאַליזם. דעם פֿאַרגאַנגענעם יוני, האָט די טאָכטער פֿונעם באַרימטן מלוכישן טוער פֿאַרבעטן דעם פּוילישן הויפּט־רבֿ, מיכאל שודריך, זיך צו טרעפֿן מיט איר, ווי אויך מיט אירע קינדער און אייניקלעך. בעת דעם שמועס, האָט יאַראַטשעווקסאַ אים געוויזן אַ באַרימטע פֿאָטאָגראַפֿיע, אויף וועלכער די ייִדישע כּלל־טוער אין דער שטאָט דעבלין זענען מקבל־פּנים געווען איר טאַטן מיט ברויט און זאַלץ נאָכן נצחון פֿון זײַן אַרמיי איבער די באָלשעוויקן. די סאָוועטישע כּוחות האָבן, צוערשט, איבערגענומען די שטאָט, אָבער פּילסודסקיס סאָלדאַטן האָבן זיי אַרויסגעטריבן אין אויגוסט 1920.
בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט יאַדוויגאַ פּילסודסקאַ געדינט אין די בריטישע לופֿט־כּוחות ווי אַ מיליטערישע פּילאָטין. נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿון דער קאָמוניסטישער מאַכט אין פּוילן, האָט זי זיך אומגעקערט קיין וואַרשע אינעם יאָר 1990.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.