הרבֿ משה טווערסקי, דאָס אייניקל פֿונעם באַרימטן רבֿ יוסף־בער סאָלאָווייטשיק, איז געווען צווישן די פֿיר מענטשן, וואָס זענען אומגעקומען בעת אַ טעראָר־אַטאַק אין אַ ירושלימער שיל. אַזוי ווי צוויי אַנדערע קרבנות, איז דער 60־יאָריקער רבֿ געווען אַ טאָפּלטער בירגער פֿון ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַ טייל תּלמידים קומען אויך פֿון אַנדערע ענגליש־רעדנדיקע לענדער. דער אַטאַק איז אויסגעבראָכן דינסטיק אינדערפֿרי, דעם 18טן נאָוועמבער, ווען מע האָט געדאַוונט שחרית אין דער שיל „בני תּורה‟, וואָס געפֿינט זיך אינעם מערבֿדיקן ירושלימער ראַיאָן הר־נוף.
טווערסקי האָט אָנגעפֿירט מיט דער ענגליש־שפּראַכיקער ישיבֿה „תּורה־משה‟, וווּ עס לערנען זיך, על־פּי־רובֿ, צפֿון־אַמעריקאַנער תּלמידים, וואָס האָבן פֿאַרענדיקט די מיטל־שול. דער זיידע פֿונעם אומגעקומענעם איז געווען צווישן די הויפּט־גרינדער פֿון דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער באַוועגונג, וועלכע האָט במשך פֿון אַ סך יאָר אָנגעפֿירט מיט דער „ישיבֿת רבינו יצחק אַלחנן‟ בײַם ישיבֿה־אוניווערסיטעט. אין די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע קרײַזן איז סאָלאָווייטשיק באַקאַנט ווי „דער רבֿ‟. דער דערמאָרדעטער איז געווען דער זון פֿונעם באָסטאָנער רבין, יצחק טווערסקי.
לכל־הפּחות אַכט אַנדערע מתפּללים זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן, אַרײַנגערעכנט די צוויי פּאָליציאַנטן, וועלכע האָבן דערשאָסן אויפֿן אָרט די צוויי פּאַלעסטינער אָנפֿאַלער. די קרובֿים האָבן אידענטיפֿיצירט די טעראָריסטן, וועלכע האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין דער שיל מיט העק און אַ ביקס, און אָנגעהויבן דערמאָרדן די מתפּללים. זיי זענען געווען שוועסטער־קינדער פֿון מיזרח־ירושלים, אודײַ אַבו דזשאַמאַל און זשאַבאַל מוקאַבער.
די אַנדערע צוויי אומגעקומענע אַמעריקאַנער זענען דער 43־יאָריקער אַריה קופּינסקי און דער 55־יאָריקער קלמן־זאבֿ לעווין. ביידע האָבן געוווינט אין הר־נוף. דער פֿערטער איז געווען דער 68־יאָריקער אַבֿרהם־שמואל גאָלדבערג, אַן אימיגראַנט פֿון ענגלאַנד. הר־נוף איז באַקאַנט ווי אַ חרדישע געגנט, וווּ עס וווינען אַ סך ענגליש־רעדנדיקע פֿרומע ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.