ווען מע גיט אַ טראַכט וועגן די ייִדישע ביכער, וואָס ווערן איבערגעזעצט אויף ענגליש, דערמאָנט מען צום ערשט בעלעטריסטיק, דערנאָך פּאָעזיע און אפֿשר אויפֿן דריטן אָרט שטעלט מען די ביכער אויף היסטאָרישע טעמעס און עדות־זאָגן וועגן דעם חורבן, און יזכּור־ביכער.
די ביכער, וואָס ווערן, צום ווייניקסטנס, איבערגעזעצט זענען די, וואָס ווײַזן אָן, ווי אַזוי מע דאַרף עפּעס טאָן אָדער לערנען אַ לימוד. אַחוץ אַ פּאָר פֿאָרשער, גייט עס באמת קיינעם ניט אָן, ווי אַזוי עס האָבן אויסגעזען די ייִדישע לערנביכער פֿון כעמיע אָדער פֿיזיק. איין אויסנאַם זענען אָבער די קאָכביכער, אויף וועלכע עס איז הײַנט דאָ אַן אינטערעס בײַם ברייטערן ענגליש־לייענדיקן עולם.
אפֿשר דאָס סאַמע־טשיקאַוועסטע קאָכבוך אויף דער ייִדישער שפּראַך האָט אָנגעשריבן פֿאַני לעוואַנדאָ, די אייגנטימערין פֿון אַ באַקאַנטן וועגעטאַרישן רעסטאָראַן אין ווילנע. איר קאָכבוך, אַרויסגעגעבן אין 1938, אַנטהאַלט 400 רעצעפּטן פֿון ייִדישע מאכלים, ווי אויך מער עקזאָטישע רעצעפּטן, איבערגעמאַכט אויף אַ וועגעטאַרישן שטייגער, בכּיוון אויסגעטראַכט, אַז זיי זאָלן זײַן סײַ באַטעמט און סײַ „דיעטיש‟. אין דער מחברטעס אַרײַנפֿיר פּריידיקט לעוואַנדאָ דעם וועגעטאַראַניזם סײַ ווי אַ מיטל צו ווערן געזינטער און סײַ צוליב „צער בעלי־חיים‟. איר שיטה פֿון צוגרייטן עסן איז באמת געווען אַ גאַנץ מאָדערנע, ווי ס׳וואָלט געווען אָנגעשריבן אין די 1970ער אָדער 1980ער יאָרן, און ניט אין די 1930ער. נאָך דער הקדמה זעט מען, למשל, אַן עסיי וועגן דעם וועגעטאַריאַניזם ווי אַן אידעיִשע באַוועגונג און אַ וועג־ווײַזער, וואָס לערנט, וועלכע וויטאַמינען געפֿינען זיך אין פֿאַרשידענע פֿרוכטן און גרינסן.
ספּעציעל אינטערעסאַנט וועלן זײַן פֿאַר די לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ די אויסצוגן פֿונעם רעסטאָראַנס „באַזוכער־בוך‟, וואָס גיט איבער באַגריסונגען און לויב־ווערטער פֿון באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער און קינסטלער, אַזוי ווי איציק מאַנגער, יהושע פּערלע, אַלטער קאַציזנע, מאַרק שאַגאַל, זלמן מײַזנער, יודל מאַרק, נח פּרילוצקי, דער טונקעלער און יאָנאַס טורקאָוו.
די ענגלישע איבערזעצונג, ספּאָנסירט פֿונעם „ייִוואָ‟, האָט געמאַכט איוו יאָכנאָוויץ, וואָס איז גוט באַקאַנט פֿון אונדזער ווידעאָ־פּראָגראַם „עסט געזונטערהייט‟, און איז אַליין פֿאַני לעוואַנדאָס אַן אָנהענגערין סײַ פֿון ייִדישע מאכלים און סײַ פֿון דעם וועגעטאַרישן עסן. דאָס בוך, מיטן ענגלישן טיטל The Vilna Vegetarian Cookbook: Garden-Fresh Recipes Rediscovered and Adapted for Today‘s Kitchen (דאָס ווילנער־וועגעטאַריש קאָכבוך: ווידער־אַנטדעקטע רעצעפּטן, פֿריש פֿונעם גאָרטן, צוגעפּאַסט צו דער הײַנטיקער קיך) ווערט אַרויסגעגעבן דורכן ייִדישן פֿאַרלאַג Shocken, און אַנטהאַלט אַ נײַעם אַרײַנפֿיר פֿון דזשאָון נייטאַן, אַ באַקאַנטע עקספּערטין פֿון ייִדישע קולינאַרע ענינים. כאָטש דאָס בוך קומט ניט אָפֿיציעל אַרויס ביז מײַ, קען מען עס שוין באַשטעלן פֿון פֿריִער.
(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/4874/print/)
ס׳איז הײַנט, ליידער, אַ גאַנץ זעלטענע דערשײַנונג, מע זאָל אַרויסגעבן אַ נײַ בוך אויף ייִדיש, מחוץ דער חסידישער וועלט, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז דער מחבר זאָל זײַן אַ יונגער. די ייִדיש־ליטעראַרישע וועלט איז דאָך גאָר אַ קליינע און ס׳רובֿ אַקטיווע שרײַבער האָבן אָנגעהויבן שרײַבן מיט אַ סך יאָר צוריק.
איין וויכטיקער אויסנאַם איז עטעלע ניבאָרסקי־טרין, וואָס איז ניט בלויז אַ ייִדישע שרײַבערין פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט, נאָר אויך די ערשטע ייִדישע שרײַבערין, וואָס איז טאַקע געבוירן געוואָרן אינעם איצטיקן יאָרהונדערט, און וואָס איז מצליח אַרויסצוגעבן אַן אייגן בוך.
כאָטש זי איז בלויז 12 יאָר אַלט, איז עטעלע ניט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס. די טאָכטער פֿון די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן ד׳׳ר מרים טרין און ד׳׳ר אליעזר ניבאָרסקי, האָט זי אָנגעהויבן שרײַבן קורצע דערציילונגען אויף ייִדיש ווי אַ קליין קינד. מע האָט געדרוקט אירע מעשׂיות אין דעם פּאַריזער צײַטשריפֿט „טעם־טעם‟, ווי אויך אין דער „פֿאָרווערטס‟־אויסגאַבע פֿאַר סטודענטן „ווײַטער‟. אין 2013 האָט מען באַלוינט עטעלעס מעשׂה „דער גוטער דיבוק‟ מיט דער ערשטער פּרעמיע אין „יוגנטרופֿס‟ שרײַבער־קאָנקורס. זי באַציט זיך צו איר שאַפֿן סײַ ערנסט און סײַ קריטיש; אויף דער פֿאַראַיאָריקער „ייִדיש־וואָך‟, בעת אַ פֿאַרזאַמלונג לכּבֿוד דעם נײַעם נומער „יוגנטרוף‟ האָט עטעלע דערקלערט, אַז זי האַלט אַז „דער גוטער דיבוק‟ איז געווען אַ ביסל קינדעריש, און זי אַרבעט שוין אויף אַ „מער ערנסט‟ ווערק. הײַיאָר האָט עטעלע אָנגעשריבן אַ פּיעסע, וואָס די קינדער־גרופּע האָט פֿאָרגעשטעלט אויף דער „ייִדיש־וואָך‟ מיטן נאָמען „ווײַס־שנייעלע אין דער מאָדערנער צײַט‟. אַ סאַטירע וועגן די נעגאַטיווע ווירקונגען פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, איז די שפּיל שטאַרק געפֿעלן געוואָרן דעם עולם.
עטעלע באַנוצט זיך אָפֿט מיט פֿאַרשטעלטע־ און האַלב־פֿאַרשטעלטע פֿאָלקס־מאָטיוון אין אירע דערציילונגען. זי באָרגט אימאַזשן און העלדן סײַ פֿון דער ייִדישער קולטור און סײַ פֿון די משלים און פֿאָלק־מעשׂיות פֿון דער ברייטערער וועלט־ליטעראַטור. אין דער זעלביקער צײַט מישט זי אַרײַן רעפֿערענצן פֿון דער הײַנטיקער פּאָפּולערער קולטור, ווי אויך די הײַנטיקע טעכנאָלאָגיע, וואָס העלפֿט אַרויסצוהייבן איר קלוגן הומאָר.
איר נײַעם ראָמאַן, „די אוממעגלעכע וואַקאַציעס‟ פֿאָלגט נאָך אַ גרופּע שוועסטער און ברידער פֿון דער משפּחה „וואָס‟, וועלכע הייסן „גלאָץ‟, „פֿראַגע‟, „אויסרוף‟ און „געוויס‟. אינעם ראָמאַן שילדערט זי זייער רײַזע צו דער לבֿנה, און די קאָמישע און שפּאַנענדיקע אַוואַנטורעס, וואָס זיי לעבן דורך אויפֿן וועג, אַרײַנגערעכנט אַ „לבֿנה־ציטערניש‟ און דאָס באַקענען זיך מיט מענטשן פֿון מאַרס.
די דרײַ עפּישע ראָמאַנען פֿון דזש. ר. ר. טאָלקין וועגן „מיטל־ערד‟ און די באַשעפֿענישן, וואָס לעבן דאָרטן, צווישן זיי „האָביטן‟, „שרעטלעך‟ און „עלפֿן‟, באַקאַנט ווי די סעריע „דער האַר פֿון די פֿינגערלעך‟ (The Lord of the Rings) זענען צווישן די סאַמע פּאָפּולערסטע ביכער אויף דער וועלט. די דרײַ ראָמאַנען פֿון דער סעריע האָט טאָלקין לכתּחילה געוואָלט אַרויסגעבן ווי איין באַנד. צוליב דעם ריזיקן פֿאַרנעם פֿון די ביכער, אָבער, האָט מען צעטיילט די מעשׂה אויף דרײַ בענד. דער ערשטער באַנד אין דער סעריע, „די הבֿרותא פֿון דעם פֿינגערל‟, קען מען איצט קריגן אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון בעריש גאָלדשטיין.
גאָלדשטיין, אַ מיטאַרבעטער פֿונעם „ארומנעמיק ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך‟ האָט אויך פֿריִער איבערגעזעצט אויף ייִדיש אַ ראָמאַן פֿון טאָלקין, „דער האָביט‟. די געשעענישן אין „דער האָביט‟ קומען פֿאָר פֿאַר די געשעענישן, וואָס ווערן געשילדערט אין דער סעריע „דער האַר פֿון די פֿינגערלעך‟. אַלע פֿיר בענד זענען זייער פּאָפּולער געוואָרן בײַם הײַנטיקן אַמעריקאַנער לייענער צוליב דעם, וואָס מע האָט זיי פֿאַרוואַנדלט אין שטאַרק־פּאָפּולערע האָליוווּד־פֿילמען.
„די חבֿרותא פֿונעם פֿינגערל‟ איז ווײַט ניט דאָס איינציקע פּאָפּולערע בוך פֿאַר קינדער, וואָס מע האָט לעצטנס איבערגעזעצט אויף ייִדיש. אין די לעצטע 15 יאָר זענען דערשינען ייִדישע נוסחאָות פֿון אַזעלכע באַקאַנטע קינדער־ביכער ווי די ווערק פֿון ד׳׳ר סוס, „טינטין‟, „אַליסעס אַוואַנטורעס אין וווּנדערלאַנד‟, „דער זייער הונגעריקער אָפּפֿרעסערל‟ און „דער קליינער פּרינץ‟. („דער קליינער פּרינץ‟ איז, דרך־אַגבֿ, דאָס סאַמע איבערגעזעצטע בוך אויף דער וועלט, אַחוץ דער קריסטלעכער ביבל, און מע קען אים הײַנט באַקומען אויף דרײַ ייִדישע לשונות: העברעיִש, ייִדיש און דזשודעזמאָ). דער ייִדישער לייענער וואַרט אָבער נאָך אַלץ אויף דעם, אַז עמעצער זאָל איבערזעצן די סאַמע פּאָפּולערסטע סעריע פֿון קינדער־ביכער אין דער וועלט־געשיכטע, האַרי פּאָטער, אויף מאַמע־לשון. ביז דעמאָלט, וועלן די לייענער פֿון ייִדיש, וואָס ווילן זיך פֿאַרטיפֿן אין אַ וועלט פֿון פֿאַנטאַזיע, קענען הנאה האָבן פֿון גאָלדשטיינס איבערזעצונגען פֿון טאָלקינס ראָמאַנען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.