אָטוואָצק איז א שטעטל אַן ערך 25 קילאָמעטער פֿון וואַרשע. די אָטוואָצקער ערד איז זאַמדיק. די לופֿט שמעקט מיט סאָסנעס. אָטוואָצק שמט מיט איר טרוקענער ריינער לופֿט. שלמה אַנ-סקי איז געווען איינער פון טויזנטער טובערקולאָז־געליטענע וואָס האָבן פֿאַרבראַכט זייערע לעצטע טעג אין די אָטוואָצקער וועלדער. דאָרט, אין דער ווילע פון אַלטער קאַציזנע, האָט ער געשריבן און געלייענט צום ערשטן מאָל, פֿאַר א קליינעם ליטעראַרישן עולם, זײַן באַרימטע פּיעסע „צווישן צוויי וועלטן‟ אָדער „דער דיבוק‟.
מסתּמא איז דער סאַמע באַרימטסטער קוראָרט־האָטעל אין אָטוואָצק געווען די ווילע גורעוויטש, געגרינדעט אין יאָר 1906. אין אַ פֿאַרמלחמהדיקער גורעוויטש־רעקלאַמע לייענען מיר:
„אונדזער האָטעל האָט דעם שענסטן עס-זאַל, פּרעכטיקע פֿארווײַלונגס זאַלן, א רײַכע ביבילאָטעק, וווּ מען טאָר נישט רויכערן, שפּילצימערן (וווּ מען קען שפּילן קאָרטן אד״ג). זונטיק קענט איר טאַנצן אין אונדזער טאַנץ-זאַל. מיר פֿארמאָגן אַ קאָנצערט-פּיאַנע אַזוי ווי די מאָדערנסטע עלעקטרישע אָדיאָ און ליכט-אינסטאַלאַציעס. אַלע אונדזערע צימערן זענען גרויסע, ליכטיקע און מיט א שיינער זיכט אויפֿן וואַלד.‟
אָטוואָצק איז געווען אַ ייִדישער קוראָרט. די ניו-יאָרקער ייִדן זענען געפֿאָרן זומערצײַט אין די קעטסקילס. די וואַרשעווער ייִדן (די וואָס האָבן געהאַט מצלצלים, פֿאַרשטייט זיך) זענען געפאָרן זומערצײַט אויף דאַטשע קיין אָטוואָצק.
דאָס שטעטל האָט אַפֿילו אַנטוויקלט אַן אייגענע אַרכטיעקטור — דער אַזוי־גערופֿענער שווידערמאַיער סטיל. שווידער איז אַ טײַך לעבן אָטוואָצק, און שווידערמאַיער איז אַ מין הומאָריסטישער חוזק אויף דעם וועלט־באַרימטן בידערמאַיער סטיל, וואָס האָט באַהערשט די מיטל-אייראָפּעיִשע לענדער בײַם סוף פֿון אַכצנטן יאָרהונדערט. וואָס איז אַזוינס שווידערמאַיער? אפֿשר קען מען עס דעפֿינירן ווי אַ מין שעטנז צווישן א רוסישער דאַטשע און א דײַטשישן „גאַסטהאוז‟. אַזוי ווי דער האָטעל גורעוויטש (ווי די אַלע שווידערמאַיער הײַזער) איז אַ הילצערנער בנין, דראָט אַ געפֿאַר, אַז שניי, ווינט און רעגן וועלן אים, סוף־כּל־סוף, חרובֿ מאַכן.
דערפֿאַר פֿרייען זיך איצט די פּוילישע קולטור־ליבהאָבער, אַז אַ ביזנעסמאַן, וואָס האָט בדעה צו רעסטאָרירן דעם בנין, האָט נאָר וואָס געקויפֿט דעם גורעוויטש האָטעל.
דער רעמאָנט וועט קאָסטן, אַזוי באַריכטעט די „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟, אַן ערך אַ מיליאָן דאָלאַר. דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד וועט מסתּמא געבן צושטײַער. דער האָטעל גורעוויטש איז אָנערקענט געוואָרן ווי אַן אייראָפּעיִשער קולטור-גוט.
דזשאָני דאַניעלס איז אַ ישׂראלי, געבוירן אין ענגלאַנד. ער האָט געגרינדעט אַ פֿונדאַציע מיטן נאָמען „ממעמקים‟. די פֿונדאַציע פֿאַרנעמט זיך מיט ראַטעווען מצבֿות פֿון אַמאָליקע בית-עולמס אין פּוילן, וואָס זענען חרובֿ געוואָרן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
„במשך פֿון זיבעציק יאָר האָט מען גאָרנישט געטאָן, כּדי צו ראַטעווען די מצבֿות. אין זיבעציק יאָר אַרום, וועט זיי קיינער נישט געדענקען. איצט איז דער לעצטער מאָמענט צו טאָן עפּעס אין דעם ענין,‟ זאָגט דאַניעלס.
אָנהייב אָקטאָבער הײַ-יאָר האָט זײַן פֿונדאַציע באַקומען אַ באַריכט פֿון זשעראַן, אַ וואַרשעווער קוואַרטאַל, אַז מען האָט דאָרט געפֿונען מצבֿות אין אַ גאָרטן. די מצבֿות זעען אויס ווי אָפּגעהאַקטע ביימער. ווי מיר ווייסן — סימבאָליזירט אַן אָפּגעהאַקטער בוים דאָס לעבן פֿון אַ קינד וואָס איז געשטאָרבן פֿאַר דער צײַט. אַזוי ווי די מצבֿות זענען באַזונדערש שווער, איז אַ גרופּע פון אַטלעטן, אזוי־גערופֿענע strongmen מסכּים געווען צו העלפֿן מיטן אַריבערטראָגן די פֿאַרלאָזענע מצבֿות צום אָקאָפּאָווער ייִדישן בית-עולם אין וואַרשע.
דאַניעלס האָט דערציילט די פּוילישע אַטלעטן די געשיכטע פֿונעם אמאָליקן זשעראַן בית-עולם בשעת דער צווייטער וועלט מלחמה. פֿינעף ייִדן האָבן זיך במשך פון דרײַ יאָר באַהאַלטן אין יענע קבֿרים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.