די ייִדישע קהילות אין אוקראַיִנע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן בשותּפֿות דורכגעפֿירט אַ קאַמפּאַניע קעגן די רוסישע באַשולדיקונגען, אַז די אוקראַיִנישע רעוואָלוציע האָט גורם געווען אַ כוואַליע פֿון אַנטיסעמיטישע אַקציעס, האָט דערקלערט דער הויפּט־רבֿ פֿון אוקראַיִנע, יעקבֿ־דבֿ בלייך.
„אַ דאַנק דער הילף פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה, קומט פֿון רוסלאַנד הײַנט אַרויס אַ סך ווייניקער פּראָפּאַגאַנדע וועגן אַנטיסעמיטיזם ווי פֿריִער,‟ האָט ער געזאָגט בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, דעם 18טן נאָוועמבער, אין קיִעוו.
זינט דעם אויסבראָך פֿון דער אוקראַיִנער רעוואָלוציע אין פֿעברואַר, האָבן סײַ רוסלאַנד, סײַ אוקראַיִנע באַשולדיקט איינער דעם צווייטן אין אַנטיסעמיטיזם.
בלייך האָט באַטאָנט, אַז די ייִדישע קהילות אין אוקראַיִנע און אַמעריקע האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט די רוסישע באַשולדיקונגען ווי, למשל, פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטינס באַמערקונג, אַז רוסלאַנד האָט געמוזט אַנעקסירן קרים ווי אַ מיטל צו באַשיצן די מינאָריטעט־גרופּעס אין אוקראַיִנע, אַרײַנגערעכנט די ייִדן.
בלייך האָט אויך געלויבט די אַרבעט פֿונעם Ukrainian Jewish Encounter, אָדער UJE, געגרינדעט פֿונעם קאַנאַדער פֿאַבריקאַנט, דזשיימס טעמערטי. די אינטערנאַציאָנאַלע נישט־פּראָפֿיט אָרגאַניזאַציע באַמיט זיך צו פֿאַבעסערן די באַציִונגען צווישן עטנישע גרופּעס.
דינסטיק האָט בלייכס אָרגאַניזאַציע, אין איינעם מיט דער UJE, געגעבן די יערלעכע „פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿונעם שטאָטישן אַרציביסקופּ אַנדריי שעפּטיצקיס‟ צום ייִדישן אָליגאַרך וויקטאָר פּינטשוק — איינער פֿון די רײַכסטע מענטשן אין אוקראַיִע און אַ ברייטהאַרציקער פֿילאַנטראָפּ. פֿאַראַיאָרן האָט טעמערטי באַקומען די פּרעמיע.
שעפּטיצקי האָט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה געראַטעוועט מער ווי 150 ייִדן דורכן באַהאַלטן זיי אין זײַן הויז און אין עטלעכע מאָנאַסטירן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.