וואַשינגטאָן. — בלויז אַ וואָך פֿאַרן 24סטן נאָוועמבער — דער טערמין פֿון אַן אָפּמאַך וועגן איראַנס נוקלעאַרער פּראָגראַם — איז דער גורל פֿונעם אָפּמאַך נאָך ווײַט נישט קלאָר.
דער נצחון פֿון די רעפּובליקאַנער אין די וואַלן מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט ממשותדיק געענדערט די שטימונג אויף „קאַפּיטאָל היל‟ וואָס שייך דעם אָפּמאַך. הגם די פֿאַרהאַנדלונגען וועלן מסתּמא נישט אין גאַנצן אָפּגעשטעלט ווערן, זאָגן די אָבסערוואַטאָרן, אַז מסתּמא וועט די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע דערגרייכן בלויז אַ סכעמע פֿון אַן אָפּמאַך, און בעטן, מע זאָל אָפּלייגן דעם טערמין.
אַ טאָג נאָך די וואַלן האָט סענאַטאָר ראָבערט מענענדעז (דעמאָקראַט, ניו־דזשערזי), דער פֿאָרזיצער פֿונעם קאָמיטעט פֿון אויסלענדישע באַציִונגען, געזאָגט דער „קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן פֿון די הויפּט אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס‟, אַז אויב די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע וועט בעטן, מע זאָל פֿאַרלענגערן דעם פּראָצעס, וועט דער קאָנגרעס מסתּמא דורכפֿירן נאָך שטרענגערע סאַנקציעס קעגן איראַן.
פֿאַראַיאָרן האָט מענענדעז, אין איינעם מיט סענאַטאָר מאַרק קירק (רעפּובליקאַנער, אילינוי) צונויפֿגעשטעלט לעגיסלאַציע, וואָס וואָלט אויטאָמאַטיש דורכגעפֿירט נײַע סאַנקציעס, טאָמער וועלן די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן דורכפֿאַלן, אָבער סענאַטאָר האַרי רייד (דעמאָקראַט, נעוואַדע) האָט אויסגעניצט געוויסע פּאַרלאַמענטאַרע מיטלען צו „באַגראָבן‟ דעם געזעץ־פּראָיעקט.
סענאַטאָר באָב קאָרקער (רעפּובליקאַנער, טענעסי), וועלכער דאַרף אין יאַנואַר פֿאַרנעמען מענענדעזס אָרט ווי דער פֿאָרזיצער פֿונעם „קאָמיטעט פֿון אויסלענדישע באַציִונגען‟, האָט שוין דערקלערט, אַז ער איז גרייט צו שטיצן לעגיסלאַציע, וואָס פֿאָדערט, אַז אַן אָפּמאַך מיט איראַן דאַרף, צו ערשט, קריגן די הסכּמה פֿונעם קאָנגרעס, אָבער בלויז רעפּובליקאַנער האָבן אויסגעדריקט שטיצע דערפֿאַר.
אַן ענלעכע לעגיסלאַציע איז פֿאָרגעלייגט געוואָרן אינעם רעפּרעזענטאַנטן־הויז, אָבער די דעמאָקראַטן האָבן עס בלאָקירט. פּראָ־ישׂראלדיקע קוואַלן זאָגן אָבער, אַז במשך פֿון די קומעדיקע צוויי יאָר, וועלן אַ הויכע צאָל דעמאָקראַטישע סענאַטאָרן זיך באַמיִען ווידער דערוויילט צו ווערן, וועלן זיי במילא פֿילן אַ דרוק צו שטיצן די לעגיסלאַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.