די ייִדישע קהילה פֿון רוסלאַנד דריקט אויס איר מיטלייד צו די משפּחות פֿון קרבנות פֿונעם טעראָריסטישן אַטאַק, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין ירושלים דעם 18טן נאָוועמבער.
אָפֿיציעלע בריוו האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט די ביידע הויפּט־רבנים — אי ר׳ אַדאָלף שאַיעוויטש אי ר׳ בערל לאַזאַר. איינער פֿון די אומגעקומענע, ר’ משה טווערסקי, איז אַ קרובֿ פֿונעם טשערנאָבילער רבין, וואָס איז אַנומלט געקומען מיט אַ וויזיט קיין מאָסקווע און געבענטשט דעם עולם פֿון דער כאָראַלער שיל אויף אַרכיפּאָוו־גאַס. דאָרטן, אין דער כאָראַלער שיל, וועט דאָנערשטיק פֿאָרקומען אַ טרויער־צערעמאָניע מיט אַזכּרה.
אין דעם נײַעם ייִדישן מוזיי, וואָס געהערט צו דער צווייטער ייִדישער קהילה, דעם חב”ד, האָט מען הײַנט געעפֿנט אַן אויסשטעלונג לכּבֿוד ר’ שמריה־לייב מעדאַליע — דער מאָסקווער רבֿ, וואָס איז דערשאָסן געוואָרן אין 1938 פֿון הרוגי־מלכות. ס’האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די דאָזיקע אויסשטעלונג, וואָס דער מוזיי האָט צוגעגרייט שוין לאַנג, איז טראַגיש און סימבאָליש צונויפֿגעפֿאַלן מיט די געשעענישן פֿון קעגנוואַרט.
די וואָך איז אין מאָסקווע געשטאָרבן וואַלערי סענדעראָוו — אַ מאַטעמאַטיקער, אַ פֿילאָסאָף און אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער. ער איז באַרימט פֿאַר האָבן געווען דער ערשטער צו שרײַבן וועגן דעם אַזוי־גערופֿענעם „אינטעלעקטועלן גענאָציד‟ פֿון די ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אין די 1970ער יאָרן, זײַענדיק אַ לערער פֿון מאַטעמאַטיק, האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט דעם פֿאַקט, אַז זײַנע תּלמידים־ייִדן, אַפֿילו די בעסטע, וואָס האָבן געוווּנען אויף אַל־פֿאַרבאַנדישע מאַטעמאַטישע אָלימפּיאַדן, האָבן ניט געקענט באַשטיין דעם אײַנטריט־עקזאַמענען אויפֿן מעכאַניש־מאַטעמאַטישן פֿאַקולטעט פֿון מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט — אַזוי האָט זיך די מעשׂה אָנגעהויבן. ער האָט פּובליקירט עטלעכע אַרטיקלען וועגן דעם, און אויך אַ בוך מיטן נאָמען „אינטעלעקטועלער גענאָציד‟ — וועגן דער דיסקרימינאַציע פֿון די ייִדן אויף אויפֿנאַם־עקזאַמענס אין די בעסטע מאַטעמאַטישע אוניווערסיטעטן.
סענדעראָוו, בשותּפֿות מיט אַנדערע געלערנטע, האָט געשאַפֿן „דעם ייִדישן פֿאָלקס־אוניווערסיטעט‟ — אַן אומפֿאָרמעלער קרײַז, וווּ די ייִדישע אַביטוריענטן, וואָס זענען ניט אַרײַן אין קיין אוניווערסיטעט, האָבן געקענט זיך לערנען מאַטעמאַטיק אויף זייער אַ הויכן ניוואָ. אין 1982 איז סענדעראָוו אַרעסטירט געוואָרן, און האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין לאַגער. נאָך דער באַפֿרײַונג האָט ער געלעבט אין מאָסקווע, געלערנט אינעם פֿיזיש־טעכנישן אוניווערסיטעט און געאַרבעט אין געזעלשאַפֿטלעכע און רעליגיעזע אָרגאַניזאַציעס.
אין מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט האָט מען געשאַפֿן אַ ייִדישן סטודענטן־קלוב. זײַן ערשטע באַגעגעניש איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקווער ייִדישער קהילה „חבֿרים‟. די אָרגאַניזאַטאָרן ריכטן זיך אי אויף מסיבות, אי אויף ערנסטע לעקציעס. דער ציל פֿונעם קלוב איז צו דערמעגלעכן די ייִדישע סטודענטן פֿון דעם בעסטן אוניווערסיטעט אין דער מלוכה צו וויסן מער וועגן זייער אָפּשטאַם.
אין מאָסקווער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ איז אַרויס אין דער רוסישער איבערזעצונג דער ראָמאַן „דער הויף‟ פֿון יצחק באַשעוויס זינגער, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אין „פֿאָרווערטס‟ אין 1953־1955. די איבערזעצערין איז וואַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ — פֿילאָלאָגין פֿון פּעטערבורג.
אַחוץ דעם, איז די וואָך אין „קניזשניקי‟ אויך אַרויס אַ היסטאָרישע פֿאָרשונג: גרשון דוד הונדערטס בוך „ייִדן אין פּוילן־ליטע אינעם 17טן י”ה: מקורים פֿון דער מאָדערנער צײַט‟.
אין ראַמען פֿון קולטור־טויש צווישן רוסלאַנד און מדינת־ישׂראל, האָט זיך די וואָך אין פּעטערבורגער מוזיי „הערמיטאַזש‟ געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿן דאַדאַיִסטישער מאָלערײַ. עס ווערן אויסגעשטעלט בילדער פֿון טריסטאַן טצאַראַ, רענע מאַגריט, זשאַן מיראָ, מען ריי און מאַרסעל דושאַן; אַלע בילדער געהערן צו דער זאַמלונג פֿון „מוזאון־ישראל‟. די אויסשטעלונג וועט זײַן אָפֿן ביז פֿעברואַר 2015.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.