די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מײַנער אַ באַקאַנטער, אַ ייִד פֿון גרוזיע, חתונה געהאַט על־פּי הלכה מיט זײַן פֿרוי, וועלכע האָט זיך ערשט געהאַט מגייר געווען. דאָס פּאָרפֿאָלק קומט שוין לאַנג אין אַ ליובאַוויטשער שיל. מיט צוויי וואָכן צוריק, האָט אַן אַנדער חבֿר מײַנער, אַ ייִדיש־רעדנדיקער חסיד פֿון באָראַָ־פּאַרק, חתונה געהאַט אין לאָס־אַנדזשעלעס מיט אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער גיורת, וואָס דאַוונט אויך אין חב״ד.
בעת מײַנע חבֿרים האָבן געפּראַוועט זייערע שׂימחות, האָט די ייִט״אַ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דעם, ווי אַזוי אין אַ טייל פֿרומע קהילות קוקט מען אויף די גרים ווי אויף אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן פֿרעמדן עלעמענט. איך האָב אויך נישט איין מאָל געהערט פֿון מײַנע באַקאַנטע אַזעלכע אומאָנגענעמע מעשׂיות. די ליובאַוויטשער קהילות זענען אָבער דווקא פֿול מיט גרים און קינדער פֿון נישט־ייִדישע טאַטעס. אַ צאָל ליובאַוויטשער גרים זענען שוחטים, סופֿרים און פּראָמינענטע רבנים. אַ טייל אַנדערע גאָר פֿרומע חבֿרות, אַרײַנגערעכנט די בראַצלעווער חסידים און נטורי־קרתּא, באַציִען זיך אויך גאַנץ וואַרעם צו נישט־מיוחסדיקע ייִדן, און ציִען זיי כּסדר צו.
ס׳איז פֿאַרשפּרייט אַ סטערעאָטיפּ, לויט וועלכן בלויז אַ קנאַפּע צאָל יחידים זענען במשך פֿון דער לאַנגער ייִדישער געשיכטע געוואָרן ייִדן, און אַז דער פּראָצעס פֿונעם גיור איז אַלעמאָל געווען אַ שווערער און אַ לאַנגער. לויט אַן אַנדער סטערעאָטיפּ, זענען די געמישטע חתונות, וואָס דינען אָפֿט ווי אַ סיבה פֿונעם גיור, בלויז אַ מאָדערנער פֿענאָמען. אין דער אמתן, איז דער גאַנצער ענין פֿון „ריינעם‟ ייִדישן ייִחוס היפּש איבערגעטריבן.
אינעם יאָר 1806, האָט נאַפּאָלעאָן צונויפֿגערופֿן אַן אַזוי־גערופֿענעם „גרויסן סנהדרין‟ פֿון רבנים און כּלל־טוער, און געפֿרעגט בײַ זיי 12 קשיות, אין שײַכות מיט דער ייִדישער עמאַנציפּאַציע אין זײַן אימפּעריע. די רבנים האָבן געענטפֿערט, אַז ייִדן דאַרפֿן באַטראַכט די קריסטן ווי זייערע ברידער און שוועסטער. ס׳רובֿ באַהאַנדלטע ענינים זענען נישט קיין גרויסער חידוש. למשל, אַ ריי מערבֿ־אייראָפּעיִשע רבנים האָבן נאָך אינעם 16טן יאָרהונדערט געטענהט, אַז אַ ייִד טאָר נישט אַנטלײַען געלט צו אַ קריסט בריבית, מיט אַ פּראָצענט, ווײַל די הײַנטיקע גויים דינען נישט קיין עכטע עבֿודה־זרה.
נאַפּאָלעאָנס „סנהדרין‟, בראָש מיטן שטראַסבורגער רבֿ יוסף־דוד זינצהיים — אַ באַקאַנטער פּוסק, דער מחבר פֿונעם ספֿר „יד דוד‟ — האָט אָנערקענט די בירגערלעכע חתונות צווישן ייִדן און קריסטן. אָט דאָס איז טאַקע אַ חידוש. דעם דאָקומענט האָבן געשטיצט נאָך אַ ריי אַנדערע באַקאַנטע גרויסע מערבֿ־אייראָפּעיִשע רבנים.
לויט אַ באַקאַנטער הלכה־דעה, פֿאַרווערט די תּורה חתונה צו האָבן בלויז מיט די אוראַלטע זיבן פֿעלקער פֿון ארץ־כּנען; עס זענען אויך דאָ געוויסע באַגרענעצונגען לגבי די עמונים, מואָבֿים און מיצריים. מיט די אַנדערע גויים איז דער איסור אַ גזירה־מדרבנן, וואָס האָט צו טאָן מיט דער עבֿודה־זרה. ווי באַלד די קריסטן גלייבן אין איין גאָט, האָט דער פֿראַנצויזישער בית־דין באַמערקט, ווערט דער גאַנצער איסור בטל.
אײַ, מע מוז דאָך חתונה האָבן על־ידי חופּה־וקידושין? אין פּרינציפּ, קאָן אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק וווינען צוזאַמען אָן קיין חופּה, כּל־זמן די פֿרוי שעמט זיך נישט צו גיין אין מיקווה. בלויז די ליבעראַלסטע שיכטן צווישן די הײַנטיקע אָרטאָדאָקסטן נעמען עס הײַנט אָן ווי אַ הלכה־למעשׂה, אָבער אַזאַ דעה איז גוט באַקאַנט. די פֿראַנצויזישע רבנים פֿאַרגלײַכן אַ ייִדישע פּלגש מיט אַ קריסטלעכער און פּקסענען, אַז די ייִדישע קהילות דאַרפֿן אָננעמען אַזעלכע פּאָרפֿעלקער, וואָס האָבן חתונה געהאַט בלויז על־פּי געזעץ.
מילא, גייט דאָ אַ רייד וועגן דער מאָדערנער תּקופֿה, נאָך דער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע. אינעם זעלבן דאָקומענט ווערט אָבער דערמאָנט, ווי אַ נייטראַלער פֿאַקט, אַז די געמישטע פּאָרפֿעלקער זענען נישט קיין חידוש אין דער ייִדישער געשיכטע. דאָס איז טאַקע אמת. אינעם 13טן יאָרהונדערט, האָט דער סמ״ג, רבי משה מקוצי, איינער פֿון די פֿראַנצויזישע בעלי־תּוספֿות, געפֿאָדערט בײַ די שפּאַנישע ייִדן פּטור צו ווערן פֿון זייערע קריסטלעכע אָדער מוסולמענישע ווײַבער. צווישן די ספֿרדישע עשירים זענען אַזעלכע זיווגים דעמאָלט געווען גענוג פֿאַרשפּרייט.
דער סמ״ג גיט צו, אַז מיט די פֿרעמדע פֿרויען מעג מען יאָ חתונה האָבן, נאָר בתּנאַי, אַז זיי זענען זיך מגייר. רבינו תּם, אַן אַנדער פֿראַנצויזישער גאָון, האָט מיט אַ יאָרהונדערט פֿריִער באַטראַכט אַ סתּירותדיקע געשיכטע מיט אַ ייִדישער פֿרוי, וועלכע איז געשלאָפֿן מיט אַ גוי, זיך געשמדט און געגט מיט איר ייִדישן מאַן. דער גוי האָט זיך שפּעטער מגייר געווען, די פֿרוי — תּשובֿה געטאָן. רבינו תּם האַלט, אַז זי מעג מיט אים חתונה האָבן.
נאָרמאַן גאָלב, רפֿאל פּאַטײַ און אַנדערע היסטאָריקער האָבן געזאַמלט אַ סך דאָקומענטן, לויט וועלכע אין די מיטל־עלטערלעכע צײַטן איז אַ חידושדיק גרויסע צאָל מענטשן געוואָרן ייִדן — מער ווי 15 טויזנט, לויט גאָלבס השערה — נישט געקוקט אויף דער טויט־סכּנה מצד דער קריסטלעכער מאַכט. צומאָל האָבן זיי דאָס געטאָן צוליב זייער שטאַרקער אמונה, און צומאָל — אין ראָמאַנטישע סיטואַציעס. כּדי אויסצומײַדן די סכּנה, האָבן אַ סך אייראָפּעיִשע גרים זיך געראַטעוועט אין מוסולמענישע לענדער. אין דער קאַיִרער גניזה זענען אָפּגעהיט געוואָרן צענדליקער דאָקומענטן וועגן די גרים, וואָס האָבן געוווינט מיט אַ טויזנט יאָר צוריק אין עגיפּטן. אַ טייל אַנדערע זענען געבליבן אין אייראָפּע.
רבי יהודה החסיד האָט אין דער בראשית־תּקופֿה פֿון דער אַשכּנזישער ייִדישקייט געגעבן אַ בפֿירושע עצה, דערמאָנט אינעם „ספֿר־חסידים‟, אַז ס׳איז בעסער חתונה צו האָבן מיט אַן איידעלער נישט־ייִדישער פֿרוי — דורך אַ גיור — ווי מיט אַ גרעבלעכער ייִדישער. אין יענע צײַטן האָט מען נישט אַסאָציִיִרט דאָס גיירות, בפֿרט וואָס שייך די פֿרויען, מיט אַ קאָמפּליצירטן און לאַנגן פּראָצעס. שפּעטער, האָט רבי מנחם מאירי געפּסקנט, אַז אַ מענטש קאָן, אין פּרינציפּ, זיך אַפֿילו אַליין מגייר זײַן, אָן קיין בית־דין.
אינעם יאָר 1000, האָט אַ דײַטשישער גלח מיטן נאָמען וועסעלין — זעט אויס, פֿון אַ סלאַווישן אָפּשטאַם — זיך מגייר געווען און אָנגעהויבן שרײַבן שאַרפֿע פּאַמפֿלעטן קעגן דער קריסטלעכער רעליגיע. אַ ריי דאָקומענטן דערציילן וועגן גרים אין דײַטשלאַנד און אַנדערע לענדער, וואָס זענען, נעבעך, אומגעקומען על־קידוש־השם בעת די דײַטשישע קרייץ־צוגן. אַפֿילו אינמיטן דער בלוטיקער רציחה, האָבן נישט ווייניק מענטשן זיך צוגעצויגן צו ייִדן. אינעם 13טן יאָרהונדערט, האָט אַן אַנדער גר, אַבֿרהם בן אַבֿרהם פֿון בײַערן, אָנגעהויבן אויך אַ גאַנצע גיירות־קאַמפּאַניע, וועלכע האָט אײַנגעשטעלט אַ סך ייִדן אין סכּנה, צוליב די קירך־רדיפֿות; אין 1264 האָט מען אים פֿאַרברענט לעבעדיקערהייט אויף אַ שײַטער אין אויגסבורג.
ענלעכע מעשׂים זענען פֿאָרגעקומען אין דער מיטל־עלטערלעכער פֿראַנקרײַך, שפּאַניע, איטאַליע און ענגלאַנד. די היסטאָרישע דאָקומענטן פֿאָקוסירן זיך אָפֿט אויף אומגעוויינטלעכע יחידים אָדער שוידערלעכע געשיכטעס. אַ סך גרים האָט זיך אײַנגעגעבן זיך אויסצובאַהאַלטן בשלום פֿון די רדיפֿות.
אַן אַנדער אינטערעסאַנטער קוואַל פֿון פֿרישע נײַ-קומער אין די ייִדישע קהילות זענען געווען די באַפֿרײַטע נישט־ייִדישע שיפֿחות. ווען מע באַפֿרײַט אַן עבֿד צי אַ שיפֿחה על־פּי הלכה, ווערן זיי אויטאָמאַטיש ייִדן. ווי מע זעט אין אַ ריי קוואַלן, איז דאָס אַמאָל געווען אין אַ טייל ערטער אַ גענוג פֿאַרשפּרייטער מיטל־עלטערלעכער מעטאָד צו געפֿינען פֿאַר זיך אַ שידוך, אָפֿט פֿאַרבונדן מיט ראָמאַנטישע מעשׂיות.
קיין ספּעציעלע גיור־קלאַסן און לאַנגע פּראָצעדורן זענען ביז לעצטנס נישט געווען אין דער וועלט. רבי משה טייטלבוים, דער גרינדער פֿון דער סאַטמאַרער חסידישער דינאַסטיע, שרײַבט, אַז אַ מענטש, וואָס וויל זיך מגייר זײַן, דאַרף לויפֿן דאָס צו טאָן וואָס גיכער. אינעם ליבעראַלן אַמסטערדאַם זענען געוויסע מענטשן טאַקע געלאָפֿן דאָס צו טאָן.
מיט 300 יאָר צוריק, אינעם יאָר 1714, האָט אַ 12־יאָריק ייִדיש מיידל, מיטן נאָמען געלע בת משה, אָנגעשריבן אַ שיינע תּחינה, אַ הקדמה צו איר טאַטנס סידור „תּפֿילת משה‟. איר מאַמעס פֿאָטער איז געווען אַ רבֿ, און דער טאַטע איז געווען אַ גר, אַ ייִדישער שרײַבער און אַ דרוקער. צוזאַמען מיט איר עלטערער שוועסטער, עלע, האָבן זיי געאַרבעט אויף זייער טאַטנס דרוקערײַ אין האַלע, דרום־דײַטשלאַנד. זייער פּלימעניק, ישׂראל בן משה, איז שפּעטער אויך געוואָרן אַ באַקאַנטער ייִדישער דרוקער אין פֿראַנקפֿורט.
געלע שרײַבט וועגן איר מאַמען אויפֿן פֿאַרצײַטישן מערבֿ־ייִדיש, אַז זי „האָט מיך צווישן צען קינדער ש״י („שיאריכו ימים‟) געבאָרן, איך בין אַ בתולה נאָך עטוואָס אונטער צוועלף יאָרן, נעמט אײַך קיין חידוש, דאָס איך מוז אַרבײַטן, הרכּה והענוגה בת־ישׂראל זיצט אין גלות לאַנגע צײַטן, איין יאָר גייט אַהין און דאָס אַנדערע טוט קומען, און מיר האָבן פֿון קיינער גאולה נאָך ניט פֿאַרנומען‟. אָט אײַך אַ בײַשפּיל פֿון אַן אַמאָליקן גר, וועלכער האָט געשאַפֿן אַ גרויסע פֿרומע משפּחה.
לויט אַן אַנדער פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, זענען די ייִדן געווען בעצם אַ פֿרעמדער און איזאָלירטער עלעמענט אין אייראָפּע. די אונגאַרן, צווישן וועלכע דער דערמאָנטער רבי משה טייטלבוים האָט געוווינט, האָבן אויך אַרײַנגעוואַנדערט אין אייראָפּע אינעם 9טן יאָרהונדערט. קיינער באַטראַכט זיי אָבער נישט ווי אַ פֿרעמד פֿאָלק, ווײַל במשך פֿון דער צײַט האָט זייער געשיכטע זיך ענג צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט די אַנדערע אייראָפּעער.
צווישן די הײַנטיקע גענעטיקער זענען פֿאַראַן חילוקי־דעות וועגן די קאָנקרעטע ציפֿערן, אָבער ס׳איז קלאָר, אַז אין אַ מערקווירדיקער מאָס שטאַמען די אייראָפּעיִשע ייִדן — אַשכּנזים און ספֿרדים — טאַקע פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג.
ווער ווייסט, וויפֿל אַזעלכע פּערזענלעכקייטן, ווי די דערמאָנטע יונגע פּאָעטעסע, האָבן משפּיע געווען אויף דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך? וויפֿל ייִדן האָבן געפֿאָלגט די עצה פֿון „ספֿר חסידים‟ און געפֿונען זיך אַ כּלה, וואָס איר מאַמע־לשון איז געווען אַן אָרטיקער דײַטשישער דיאַלעקט? להיפּוך צו דעם סטערעאָטיפּ, קומט אויס, אַז די ייִדישע שפּראַך איז נישט קיין „יוצא־דופֿן‟, נאָר אַ טיף־אײַנגעפֿלאָכטענער פֿאָדעם אינעם אייראָפּעיִשן קולטור־טעפּעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.