ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

באַזוכער בײַם „אַנע פֿראַנק־צענטער‟ בעת דער „נאַכט פֿון מוזייען‟
באַזוכער בײַם „אַנע פֿראַנק־צענטער‟ בעת דער „נאַכט פֿון מוזייען‟

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published November 20, 2014, issue of December 19, 2014.

אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישן פֿילם אין אַרגענטינע

מיטװאָך, דעם 12טן נאָוועמבער איז געשלאָסן געװאָרן דער 12טער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישן פֿילם אין אַרגענטינע. פֿון די פֿילמען װאָס מען האָט געװיזן האָבן זיך אויסגעצייכנט „דאָס אומקערן זיך‟, װאָס װײַזט װי אַזוי 4 פּוילישע מיידלעך קומען צוריק צו ייִדיש און ייִדישקייט, פֿונעם אַמעריקאַנער רעזשיסער אַדם צוקער, װאָס איז בײַגעװען און געשמועסט מיטן עולם; „בערלין 36‟, אַ דײַטשער פֿילם װעגן די אָלימפּיאַדעס און דער געשיכטע פֿון גרעטל בערגמאַן, װעמען דער נאַציזם האָט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן אינעם פֿאַרמעסט, „מיט ביידע פֿיס אויף דער ערד‟, װעגן די ייִדישע קאָלאָניסטן אין דער פּראָװינץ ענטרע־ריאָס; דער פֿראַנצייזישער פֿילם „די פֿרײַע מענטשן‟ װעגן צוזאַמענלעבן פֿון ייִדן און מוסולמענער אין פּאַריז, און „שכינים פֿון גאָט‟ — אַ ישראלדיקער פֿילם װעגן גװאַלד־מעשׂים אין אַ רעליגיעזער געגנט אין בתּ־ים. דער עולם האָט איבערגעפֿולט די זאַלן און גענאָסן פֿון כּמעט אַלע 13 פֿילמען װאָס זײַנען פּרעזענטירט געװאָרן.

800 געסט פּראַווען דאָס 120סטע יאָר פֿון דער ייִדישער קהילה

די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט געפֿײַערט אירע 120 יאָר מיט אַ װעטשערע, װוּ ס׳האָבן זיך פֿאַרזאַמלט פּאָליטיקערס פֿון אַלע ריכטונגען, און אַן 800 געסט װאָס האָבן זיך ברייט בײַגעשטײַערט פֿאַר די קומענדיקע פּראָיעקטן פֿון דער אינסטיטוציע.

בײַ דער געלעגנהייט האָט מען באַערט די עלטסטע מיטגלידער פֿון דער קהילה, די געװעזענע פֿאָרזיצערס, און אַ רײַכע פּראָגראַם האָט באַשײַנט דעם אָװנט. די גובערנאַטאָרן פֿוּן קאָרדאָבאַ און בוענאָס־אײַרעס, דעפּוטאַטן, כּלל־טוערס און אינטעלעקטואַלן האָבן רעקאָרדירט װי זעען זיי אַרגענטינע און דעם ייִשובֿ אין די קומענדיקע 10 יאָר. בײַ דער מסיבה, אין 10 יאָר אַרום, װען מען װעט פֿײַערן 130 יאָר קהילה, װעט מען װײַזן די רעקאָרדירטע און פֿילמירטע מאַטעריאַלן.


זשורנאַליסטין: אַרגענטינער פֿאַרברעכער געווען פֿאַרמישט אינעם אַטאַק אויפֿן קהילה־בנין

די בעלגישע זשורנאַליסטין טערעזיטאַ דוסאַרט, פֿון דער צײַטונג „די פֿרײַע בעלגיע‟ האָט דערקלערט, אַז דער אַטענטאַט קעגן דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָבן אָרגאַניזירט אַרגענטינערס, לויט װי זי האָט אויסגעפֿאָרשט, און אַז די פּאָליציי פֿון דער פּראָװינץ בוענאָס־אײַרעס איז שולדיק אין דעם. די זשורנאַליסטין, װאָס האָט זיך ספּעציאַלאַיזירט אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן טעראָריזם, האַלט, אַז דאָס געלט פֿון „כעזבאָלאַ‟ האָט אָפּגעקויפֿט אַרגענטינער קרימינאַלן, װאָס זײַנען געװאָרן פֿאַרטיידיקט פֿון קאָרומפּירטע פּאָליציי־מענער.

קאַרלאָס טעליעלדין, װאָס איז באַשולדיקט געװאָרן אין צושטעלן אַ געגנבֿעטן אויטאָ מיט װעלכן מען האָט אויפֿגעריסן דעם בנין, װעט װידער אַ מאָל געמישפּט װערן אין שײַכות מיט זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט דער פּאָליציי. טעליעלדין האָט זיך געלערנט אין תּפֿיסה און האָט גראַדויִרט אַלס אַדװאָקאַט. ער װעט זײַן זײַן אייגענער פֿאַרטיידיקער.


ייִדישער מוזיי און שולן באַטייליקן זיך אין דער „נאַכט פֿון מוזייען‟

שבת, דעם 16טן איז צום 11טן מאָל פֿאָרגעקומען אין דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס די „נאַכט פֿון די מוזייען‟. אַלע מוזייען פֿון שטאָט האָבן געהאַט אַ פֿרײַען אײַנטריט און זײַנען געװען אָפֿן פֿון 8 אַ זייגער אין אָװנט ביז 3 אַ זייגער פֿאַרטאָג. געװיסע טראַנספּאָרט־ליניעס האָבן געפֿירט אומזיסט דעם ̃עולם װאָס האָט איבערגעפֿולט אַ 200 קולטור־צענטערס װאָס האָבן צוגעגרייט אויסשטעלונגען, קאָנצערטן, ספּעקטאַקלען, פֿילמען און קולטור־שפּאַצירן.

הײַיאָר זײַנען צוגעקומען 24 נײַע ערטער און אַ 800,000 מענטשן האָבן גענאָסן פֿון דער קולטור. ייִדישע אינסטיטוציעס האָבן געעפֿנט זייערע טירן מיט ספּעציעלע אונטערנעמונגען: דער צענטער „אַנאַ פֿראַנק‟ האָט פּרעזענטירט איר אויסשטעלונג און אָפּגעהאַלטן לעקציעס איבערן חורבן; דער „ייִדישער מוזיי‟ האָט געהאַלטן לעקציעס און געװיזן פֿילמען װעגן די ייִדן אין אַרגענטינע; ייִדישע שולן און קלובן האָבן צוגעגרייט טענץ, מאכלים, לעקציעס און אויסשטעלונגען, װאָס זײַנען אויך באַזוכט געװאָרן פֿון ניט־ייִדישע שכנים. הונדערטער טוריסטן האָבן געשטוינט פֿון דער נאַכט און דערקלערט אַז זעלטן קען מען געפֿינען אַזאַ מאַניפֿעסטאַציע ערגעץ־װוּ אויף דער װעלט.


אַ טאָג אויף און מיט ייִדיש, דורכגעפֿירט פֿון אַרגענטינער ייִוואָ

זונטיק, דעם 17טן האָט דער אַרגענטינער ייִװאָ אָרגאַניזירט צום ערשטן מאָל אַ צוזאַמענקום אונטער דער לאָזונג „אַ מחיה! — לאָמיר פֿאַרברענגען אַ טאָג אויף און מיט ייִדיש‟.

בײַ די 150 באַטייליקטע האָבן גענאָסן פֿון 15 לעקטאָרן, װאָס האָבן געהאַלטן לעקציעס, און אָנגעפֿירט מיט װאַרשטאַטן במשך פֿון 8 שעה. מען האָט געלערנט שפּראַך און ליטעראַטור, געזונגען, אַנאַליזירט קלעזמער־מוזיק, טעקסטן געשאַפֿענע בעתן חורבן, ייִדישן הומאָר, געטאַנצט טאַנגאָ, אַנאַליזירט װי ייִדיש איז אַרײַנגעדרונגען אין דער שפּאַנישער שפּראַך, ייִדיש אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אַנאַליזירט מאַקס פּערעלמאַנס טעאַטער־לידער און אַנאַליזירט פֿראַגמענטן פֿון ייִדישע פֿילמען. דער עולם האָט זיך באַקענט מיט יונגע לעקטאָרן און פֿאָרשערס און געהערט לעקציעס פֿון אָנגעזעענע פּערזענלעכקייטן פֿון אונדזער סבֿיבֿה. אַלע האָבן אויסגעדריקט דעם װוּנטש איבערצוחזן די דערפֿאַרונג אין דער צוקונפֿט. דער אָװנט איז געשלאָסן געװאָרן מיט אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער, װוּ יונגע קינסטלערס האָבן ממש פֿאַרכּישופֿט דעם עולם.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.