דעם 16טן נאָוועמבער האָט מען אינעם היסטאָרישן ניו־יאָרקער „טעמפּל עמנואל‟ אויסגעשפּילט אַן אומגעוויינטלעכן מישפּט, בראָש מיט דער שטאָטישער פֿעדעראַלער ריכטערין עליסאָן נייטאַן. מער ווי 1,300 צוקוקער האָבן באַצאָלט 36 דאָלאַר, כּדי צו דינען ווי אײַנגעשוווירענע. מע האָט באַהאַנדלט דעם ענין פֿון עקדת־יצחק: צי האָט אַבֿרהם-אָבֿינו טאַקע געמיינט צו דערהרגענען זײַן זון? אויב יאָ, באַקומט זיך, אַז דער אורפֿאָטער פֿון די מאָנאָטעיִסטישע רעליגיעס איז שולדיק אינעם אײַנשטעלן דאָס לעבן פֿון זײַן קינד אין סכּנה און אינעם פּרוּוון צו באַגיין אַ מאָרד פֿון דער צווייטער מדרגה.
אַלאַן דערשאָוויץ, דער באַקאַנטער האַרוואַרד־פּראָפֿעסאָר פֿון יוריספּרודענץ, איז אויפֿגעטראָטן ווי דער אַדוואָקאַט. עליאָט שפּיצער, דער געוועזענער גובערנאַטאָר פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, האָט אָנגעפֿירט מיט די באַשולדיקונגען, ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון די שטאָטישע תּושבֿים. מיט אַ ריי שאַרפֿזיניקע אַרגומענטן, האָט דערשאָוויץ פֿאַרטיידיקט אַבֿרהמען און געוויזן דעם פֿאַרזאַמלטן עולם, אַז דער תּנ״כישער העלד איז נישט שולדיק.
שפּיצער האָט געטענהט, אַז אַבֿרהם האָט אַרויסגעוויזן אַ קלאָרע כּוונה צו שעכטן זײַן זון. ער האָט מיטגענומען די נייטיקע כּלים און זיך געלאָזט אין אַ לאַנגן וועג. הגם ער האָט געקאָנט זיך אָפּשטעלן, האָט ער עס נישט געטאָן. ער האָט צוגעבונדן יצחק צו אַ מזבח און איז שוין געווען גרייט אים אומצוברענגען. אינעם סאַמע לעצטן מאָמענט, האָט אַ מלאך אים געהייסן זיך אָפּצושטעלן, אָבער ס׳איז קלאָר, אַז לכתּחילה האָט דער טאַטע זיך געקליבן צו הרגענען זײַן זון.
דער קטיגור האָט ווײַטער געטענהט, אַז אַ סך מענטשן אין אַזאַ סיטואַציע וואָלטן אויך געזאָגט, אַז דער אייבערשטער אַליין האָט מיט אים גערעדט. נישט ווייניק פֿאַרברעכער באַטאָנען, אַז זיי האָבן געפֿאָלגט אַ מיסטישן רוף אין קאָפּ. אין אַ געריכט־פּראָצעס איז עס אָבער גאָר אַ שוואַכער אַרגומענט. דערצו, מאַכט די אמתע מאָטיוון נישט קיין חילוק.
דערשאָוויץ האָט אויף דעם געענטפֿערט, אַז לויטן טעקסט פֿון דער תּורה, האָט אַבֿרהם קלאָר געוווּסט, אַז יצחק וועט ווערן דער גרינדער פֿון אַ גרויס פֿאָלק. אויב אַזוי, האָט ער אויך געוווּסט, אַז סוף־כּל־סוף וועט אים דער באַשעפֿער אים באַפֿעלן אָפּצושטעלן די פּלאַנירטע שחיטה. ביידע, אַבֿרהם און דער רבונו־של־עולם, האָבן געוווּסט, אַז יצחק וועט בלײַבן לעבן. אַבֿרהם האָט זיך נישט געקליבן צו הרגענען זײַן זון, נאָר זיך באַטייליקט אין אַ שפּיל, וואָס האָט געדאַרפֿט זיך לייזן מיט אַ גוטן סוף.
דער עולם האָט כּסדר הויך געלאַכט, אויסהערנדיק די טענות און תּירוצים. דער קאָמישער מישפּט איז געווען פֿאַרבונדן מיט דערשאָוויצס נײַ בוך, „אַבֿרהם: דער ערשטער, אָבער זיכער נישט דער לעצטער, ייִדישער יוריסט‟, וואָס ער קלײַבט זיך אַרויסצוגעבן אין דער נאָענטער צוקונפֿט. 687 „אײַנגעשוווירענע‟ האָבן אָפּגעשטימט לטובֿת אַבֿרהמען, און 590 — קעגן. וואָס שייך דער באַשולדיקונג אינעם אײַנשטעלן יצחק אין סכּנה, האָבן אים פֿאַרטיידיקט 748 קעגן 529 באַטייליקטע. נאָכן ספּעקטאַקל, האָט שפּיצער געזאָגט, אַז ער האָט געהאַט גרויס הנאָה פֿונעם „תּלמודישן פּילפּול‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.