דער גורל פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם

The Fate of Yiddish Modernism

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published November 21, 2014, issue of December 19, 2014.

פּראָפֿעסאָר שמואל־לײזער (סעט) װאָליץ פֿאַרקערפּערט אַ גאַנצע תּקופֿה אין דער פֿאָרשונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור. פֿון סאַמע אָנהײב פֿון זײַן אַקאַדעמישער קאַריערע האָט ער זי באַטראַכט עסטעטיש און ניט אידעאָלאָגיש. אין זײַן צוגאַנג צו ייִדישער ליטעראַטור און קונסט האָט ער משדך געװען בקיאות מיט חריפֿות, זײַן ברײטע אײראָפּעיִשע ערודיציע מיט זײַן שאַרפֿן חוש פֿאַרן סטיל. זײַנע עסײען װעגן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, טעאַטער, דיכטונג, און קונסט געהערן צו דער מוז־לעקטור פֿאַרן קומעדיקן דור ייִדישע פֿאָרשער.

אָבער עד־היום זײַנען די דאָזיקע אוצרות געװען צעזײט און צעשפּרײט איבער די זײַטן פֿון פֿאַרשידענע זשורנאַלן און זאַמלביכער. איצט, אַ דאַנק דעם מי פֿון צװײ רעדאַקטאָרן, פּראָפֿעסאָרן ברײַאַן האָראָװיץ און חיים גאָטשאַלק, האָט מען באַקומען אַ פּרעכטיקע מתּנה, װאָליצעס 25 אַרטיקלען אין אײן װאָגיקן באַנד, װאָס איז אַרױס אינעם פֿאַרלאַג „סלאַװיקאַ‟. דער באַנד עפֿנט זיך מיט אַ פּרטימדיקער פֿאָרשונג פֿון די גלגולים פֿון טבֿיה דעם מילכיקערס געשטאַלט אינעם אַמעריקאַנער טעאַטער און פֿילם. פֿון אַ פּיעסע, װאָס שלום עליכם האָט פֿאַרפֿאַסט צום סאַמע סוף פֿון זײַן לעבן, איז אַרױסגעװאַקסן אַ ריזיקע סימבאָלישע פֿיגור, װאָס האָט מער צו טאָן מיט אַמעריקע אײדער מיט דער אַלטער הײם.

דער ענין פֿונעם צװישן־קולטורעלן דיאַלאָג, װאָס איז פֿאָרגעקומען אױף די בינעס פֿון די גרױסע אײראָפּעיִשע און אַמעריקאַנער שטעט, װערט װײַטער באַהאַנלדט אין די פֿאָרשונגען פֿון די צענטראַלע װערק פֿונעם ייִדישן טעאַטער, אַזעלכע װי אבֿרהם גאָלדפֿאַדנס „שולמית‟ און „בר־כּכבא‟, ה. לײװיקס „דער גולם‟, ש. אַנ־סקיס „דער דיבוק‟ און ק. גוצקאָװס „אוריאל אַקאָסטאַ‟ אין פֿאַרשידענע ייִדישע אַדאַפּטאַציעס.

די סטיליסטיק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור איז די טעמע פֿון אַרטיקלען װעגן די װיכטיקסטע װערק פֿון דער ייִדישער פּראָזע און פּאָעזיע פֿון דוד בערגעלסאָן, יצחק באַשעװיס, ישׂראל ראַנאָן, שלום אַש, משה־לײב האַלפּערן, פּרץ מאַרקיש, דוד האָפֿשטײן. דער לעצטער טײל פֿונעם בוך באַשטײט פֿון סינטעטישע שטודיעס, װעלכע באַטראַכטן ברײטערע קולטורעלע דערשײַנוגנען, אַזעלכע װי די געשטאַלט פֿונעם ייִד אין דער פֿראַנצױזישער קולטור נאָכן חורבן, די קריטישע וויכּוחים אַרום דעם ענין פֿון ייִדישער קולטור אין דער קיִעװער „קולטור־ליגע‟ און אַרום דער פֿראַגע פֿון נאַציאָנאַלער קולטור אין פּױלן אין די 1920ער יאָרן. צװײ אַרטיקלען זײַנען געװידמעט דעם אױפֿקום פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קונסט אין רוסלאַנד און ארץ־ישׂראל.

װאָליץ האָט ליב ייִדיש און די ייִדישע קולטור מיטן גאַנצן האַרצן, אָבער דערבײַ בלײַבט ער אַ שאַרפֿער און ניכטערער קריטיקער. אַזױ אָדער אַנדערש קערט ער זיך אום אין זײַנע חקירות צו דער קלאָץ־קשיא װעגן דעם, װי אַזױ קאָנען זיך פּאָרן ייִדישקײט מיט מאָדערנקײט. דאָס דאָזיקע באַגעגעניש האָט גורם געװען אַן אױסערגעװײנטלעכן שעפֿערישן אױפֿבלי, װאָס האָט אַװעקגעשטעלט ייִדיש אױף דער העכסטער קינסטלערישער מדרגה. אָבער פֿאַר דעם האָט מען געדאַרפֿט באַצאָלן אַ הױכן מקח. די ד׳ אמות פֿון דער נאַציאָנאַלער ייִדישער קולטור זײַנען געװען צו שמאָל פֿאַר שטאַרקע שעפֿערישע פּערזענלעכקײטן, אַזעלכע װי דער קינסטלער אליעזר ליסיצקי. און אַ סך פֿון די, װאָס זײַנען פֿאַרבליבן „מיט ייִדן‟ אין מזרח־אײראָפּע, האָבן אָנגעװױרן זײער שעפֿערישן אימפּעט.

פֿאַרסך־הכּלנדיק זײַן איבערזיכט פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם אין פּױלן שרײַבט װאָליץ: „עס איז טרױעריק צו טראַכטן, אַז די שענסטע ייִדישע טאַלאַנטן האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן זײער נאַטירלעכע סבֿיבֿה, אָבער װען אַ טאַלאַנט װאַקסט איבער די קינסטלערישע השׂגות פֿון זײַן פֿאָלק, מוז ער גײן װײַטער כּדי אױסצופֿילן זײַן שליחות.‟ דערפֿאַר איז דעם ייִדישן מאָדערניזם ניט געװען באַשערט אַ לאַנג לעבן, און יעדער מײַסטערװערק זײַנער פֿאַרבלײַבט אַ יחיד־במינו אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע: „אַ צװײטער ׳דיבוק׳ איז ניט געװען מעגלעך; די צײַט פֿון זײַן עסטעטיק איז באַלד פֿאַרבײַ.‟

דער גורל פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם אין אײראָפּע איז געװען אַ ביטערער, װײַל מען האָט אים דערשטיקט אי פֿון אינעװײניק אי פֿון דרױסן, דורך די אַנטיסעמיטישע שטימונגען אין פּױלן און דורך די קאָמוניסטישע רדיפֿות אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

די שפּאַנונג צװישן ייִדישקײט און מאָדערנקײט, צװישן רעליגיע און װעלטלעכקײט, צװישן דעם טראַדיציאָנעלן נוסח און נײַעם עקספּערימענטאַלן סטיל האָט געבראַכט אױף דער װעלט אַ היפּשע צאָל קינסטלערישע מײַסטערװערק. טיף אין האַרצן בלײַבט װאָליץ תּמיד אַן עסטעט, אַ פֿײַנשמעקער, װאָס באַװוּנדערט די שײנקײט און עלעגאַנץ פֿונעם װאָרט און בילד. ער קוקט אַרײַן אינעם קינסטלערישן שורש, בעת די אַרומיקע היסטאָרישע און סאָציאַלע באַדינגונגען שאַפֿן אַ פֿילפֿאַרביקן הינטערגרונט פֿאַר זײַנע עסטעטישע אָפּשאַצונגען. ער איז אַ מקורבֿ אין דער װעלט פֿון י. ל. פּרץ, ש. אַנ־סקי, מאַרק שאַגאַל, פּרץ מאַרקיש, און ער פֿירט מיט זײ אַן אינטימען שמועס װי מיט נאָענטע חבֿרים זײַנע. ער פֿאַרשטײט זײ אױפֿן װוּנק, טײַטשט אױס זײערע רמזים און לײענט זײערע מחשבֿות. אָבער ער איז אױך געװױר, אַז עס איז שױן „נאָך אַלעמען‟, און יעדער אַרטיקל זײַנער איז אַ פּרעכטיקער דענקמאָל דער אַמאָליקער רײַכער און לעבעדיקער װעלט, װאָס איז מער ניטאָ.