מײַק ניקאָלס, דער באַרימטער רעזשיסאָר פֿון The Graduate, וועלכער האָט קינדווײַז אימיגרירט מיט זײַן משפּחה פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד, איז מיטוואָך געשטאָרבן אין עלטער פֿון 83 יאָר, האָט געמאָלדן דער פּרעזידענט פֿון ABC News, דזשיימס גאָלדסטאָן.
ניקאָלס איז געווען דער מאַן פֿון דײַאַן סאָיער, די געוועזענע מאָדעראַטאָרין פֿון די וועלט־נײַעס בײַ ABC.
ניקאָלס האָט געוווּנען אַן „אָסקאַר‟ ווי דער בעסטער רעזשיסאָר פֿאַר The Graduate, אין 1967. אַחוץ דעם, האָט ער אויך געוווּנען אַן „עמי‟ (די פּרעמיעס פֿאַר טעלעוויזיע־פּראָגראַמען), „גראַמי‟ (די פּרעמיעס פֿאַר די בעסטע מוזיקאַלישע ווערק) און אַ „טאָני‟ (פֿאַר ווערק אויף דער בראָדוויי־בינע). ער איז איינער פֿון די איינציקע רעזשיסאָרן צו געווינען פּרעמיעס פֿון אַלע פֿיר מינים.
צווישן זײַנע אַנדערע באַרימטע ווערק זענען Who’s Afraid of Virginia Woolf? מיט עליזאַבעט טיילאָר, און דער מיוזיקל Annie.
ניקאָלס איז געבוירן געוואָרן בײַ ייִדישע עלטערן מיטן נאָמען מײַקל איגאָר פּעשקאָווסקי, אין בערלין, אין 1931. אין 1938, איז די משפּחה אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס און זיך באַזעצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
The Graduate איז אַ קאָמעדיע, וואָס הייבט אַרויס די אומזיכערקייט פֿון אַ בחור אויפֿן שוועל פֿון דערוואַקסנקייט, בעת דער סאָציאַלער איבערקערעניש פֿון די 1960ער יאָרן. דער פֿילם האָט איבערנאַכט פֿאַרוואַנדלט דעם אומבאַקאַנטן ייִדישן אַקטיאָר, דאָסטין האָפֿמאַן, אין אַ פֿילם־שטערן.
אין אַ נעקראָלאָג אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ דאָנערשטיק, האָט דער אַמעריקאַנער שרײַבער, ברוס וועבער, געשריבן, אַז ס׳איז טאַקע געווען אַ ביסל מאָדנע, וואָס ניקאָלס האָט אויסגעקליבן אַ קורצן ניו־יאָרקער אַקטיאָר מיט אַזאַ ייִדיש פּנים צו שפּילן די ראָלע פֿון בענדזשאַמין בראַדאָק, אַן 21־יאָריקער ריין־אַמעריקאַנער יונגערמאַן פֿון דרום־קאַליפֿאָרניע, וועלכער שפּילט אַ ליבע מיט דער פֿרוי פֿון זײַן טאַטנס נאָטענטסן חבֿר. האָפֿמאַן האָט אַליין געזאָגט, בעת אַן אינטערוויו מיט The New Yorker אינעם יאָר 2000: „ס׳איז נישטאָ קיין אַנדער רעזשיסאָר פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, וועלכער האָט אַרויסגעוויזן מער קוראַזש ווי מײַק ניקאָלס, אין זײַן אויסקלײַבן מיך פֿאַר אַזאַ ראָלע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.