אַ ייִד וועלכער איז דערצויגן געוואָרן בײַ די טאָשער חסידים — אַן אָפּצווײַג פֿון די סאַטמערער — האָט אָנגעקלאָגט די קוועבעקער רעגירונג אויף 1.25 מיליאָן דאָלאַר, פֿאַר דעם וואָס זי האָט נישט געצוווּנגען די אָרטיקע חסידישע ישיבֿות צו לערנען די תּלמידים סעקולערע לימודים, און אַז דערפֿאַר איז ער הײַנט ממש אַן אַנאַלפֿאַבעט און במילא נישט־ראָוי צו באַקומען אַ שטעלע.
דער 36־יאָריקער לאָוען האָט זיך געלערנט אין צוויי טאָשער ישיבֿות, וועלכע אָפּערירן ביזן הײַנטיקן טאָג אין אַ שטעטל צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. אַלע קלאַסן האָט מען געפֿירט אויף ייִדיש, און מע האָט אים קיין מאָל נישט אויסגעלערנט ווי צו שרײַבן ענגליש אָדער פֿראַנצייזיש, אָדער אַנדערע סעקולערע לימודים, אַזוי ווי עס פֿאָדערט דאָס קוועבעקער געזעץ.
„איך האָב זיך ערשט אָנגעהויבן לערנען דעם ענגלישן אַלף־בית צו 29 יאָר,‟ האָט לאָוען געזאָגט.
ווי אַ פּועל־יוצא, איז ער פֿאַרבליבן אָן אַ צוקונפֿט אין דער פּראָווינץ, הגם ער דאַרף איצט אויסהאַלטן אַ משפּחה מיט קינדער.
לאָוען, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין ענגלאַנד און געקומען קיין קוועבעק אין עלטער פֿון 10 יאָר, באַשולדיקט דעם בילדונג־מיניסטעריום, די באַאַמטע פֿון דער וווילפֿאַרזאָרג־אַגענטור און די שול־פֿאַרוואַלטונג אינעם ראַיאָן פֿון די טאָשער חסידים, פֿאַר דערלויבן די אומלעגאַלע ישיבֿות צו בלײַבן אָפֿן.
„יעדער ווייסט, אַז ס׳איז ממש אַ געלעכטער,‟ האָט לאָוען געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיט CBC News, אין מאָנטרעאָל. „אַ חסידיש קינד האָט דאָס זעלבע רעכט ווי אַלע אַנדערע קינדער. גאָט האָט קיין מאָל נישט געפּסקנט, אַז חרדישע קינדער דאַרפֿן לײַדן מער ווי אַנדערע.‟
לאָוען האָט פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט אין 2010, און האָט זיך דערנאָך באַזעצט אין מאָנטרעאָל. הגם ער לערנט איצט עטלעכע שעה אַ וואָך אין אַן אָרטיקער סינאַגאָגע, לײַדט ער הײַנט פֿון דעפּרעסיע און צוואַנג־נעווראָז (obsessive-compulsive disorder).
לאָוענס אַדוואָקאַט האָט געזאָגט, אַז די תּלמידים פֿון די חרדישע ישיבֿות דאַרפֿן באַצייכנט ווערן ווי פֿאַרלאָזטע, באַלעסטיקטע קינדער. „אין דעם פֿאַל, איז קלאָר, אַז דער דעפּאַרטאַמענט פֿון קינד־באַשיצונג האָט געוווּסט, אַז די קינדער קריגן בכלל נישט קיין סעקולערע בילדונג און האָבן באַשלאָסן גאָרנישט צו טאָן וועגן דעם,‟ האָט דערקלערט מאַרק־אַנטואַן קלוטיע, דער דירעקטאָר פֿון אַ לעגאַלער קליניק, „קליניק זשוריפּאָ‟.
„לאָוען קען נישט רעדן אָדער לייענען גוט פֿראַנצייזיש אָדער ענגליש, אָדער מאַכן פּשוטע חשבונות,‟ האָט באַמערקט זשוליען־דאַוויד פּעלעטיע, אַ הויכער באַאַמטער אין דער זעלבער לעגאַלער קליניק.
„אויב אַנדערע מענטשן וועלן פֿאַרעפֿנטלעכן אַן ענלעכע געשיכטע, איז מעגלעך, אַז עס וועלן אַרויסקומען נאָך מער אָנקלאָגן וועגן דעם ענין,‟ האָט פּעלעטיע געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.