וואָס הערט זיך אין ישראל לגבי „ייִדישפּיל‟? אַרײַנגערעכנט דעם „קאמרי־טעאַטער‟, וווּ מ’שפּילט הײַנט אַ פֿאַרגויִשטע ווערסיע פֿון שלום־עליכמס „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ (כּנר על הגג). שלום עליכמס פֿידלער איז געווען אַ פּאָלנער ייִד, אָבער דער כּנר איז אַוועק מיטן רויך פֿון קוימען.
מײַן זון אבֿי (אבֿרהם) האָפֿמאַן האָט זיך ערשט צוריקגעקערט פֿון ישׂראל, וווּ ער האָט גאַסטראָלירט און אָנטייל גענומען אינעם ייִדישן־פֿעסטיוואַל וואָס „ייִדישפּיל‟ פֿירט אַדורך יעדעס יאָר. ער האָט אויסגעפֿירט די ערשטע פּיעסע וואָס איך האָב געשריבן, באַזירט אויפֿן לעבן און שאַפֿן פֿון איציק מאַנגערן, און סײַ מײַן אבֿרהם און סײַ איציק מאַנגער האָבן שטאַרק אויסגענומען.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס שטייט אײַן דאָס ייִדישע טעאַטער אין ישׂראל אין גוטע הענט. הײַנט צו טאָג איז דער אַרטיסטישער דירעקטאָר ששי קשת. זיי פֿירן אויף צוויי־דרײַ ייִדישע פֿאָרשטעלונגען אַ יאָר און אַלע אויף ייִדיש; נאָך אַלעמען הייסן זיי פֿאָרט „ייִדישפּיל‟.
דאָס יאָר פֿירן זיי אויף גאָגאָלס „דער רעוויזאָר‟ מיט די בעסטע כּוחות וואָס ישראל פֿאַרמאָגט. ערשטנס, דער ריזיק טאַלאַנטירטער קאָמפּאָזיטאָר דובֿ (דובֿי) זעלצער, וועלכער האָט פֿאַרפֿאַסט די פּרעכטיקע מוזיק, צו איציק מאַנגערס די „מגילה־לידער‟, און אויך צו מאַנגערס „חומש־לידער‟ און צו שלום־עליכמס „סטעמפּעניו‟, וואָס זובין מעטאַ האָט דורכגעפֿירט מיטן ישׂראלדיקן סימפֿאָנישן אָרקעסטער אין תּל־אבֿיבֿ, צוזאַמען מיט שמואליק סגלן, וועלכער האָט רעציטירט שלום־עליכמס ווערק. די לידער־טעקסטן (lyrics) צום „רעוויזאָר‟ האָט געשריבן איינער פֿון די אַנערקענסטע ישׂראלדיקע טאַלאַנטן — חיים חפֿר. מײַק בורשטיין פֿירט אויס די הויפּט־ראָלע פֿונעם רעוויזאָר, און יאַנקעלע באָדאָ שפּילט דעם בירגערמײַסטער.
דער אַנסאַמבל איז גוט אײַנשטודירט אין זייער ייִדיש־לשון, פֿרייען מיר זיך אַז כאָטש איין ייִדישער טעאַטער פֿונקציאָנירט ווי געהעריק. איך מוז זיך אויך אָפּשטעלן אויפֿן אָפּקלויב פֿון דער פּיעסע. דאָס ייִדישע טעאַטער גלײַך בײַם סאַמען בראשית האָט אויפֿגעפֿירט נישט נאָר פּיעסעס אויף ייִדישע טעמעס, נאָר אויך שעקספּירס, טשעכאָווס, מאָליערס און אפֿילו מאַקסים גאָרקיס ליטעראַרישע ווערק.
די ייִדישע בינע האָט אויך באַשײַנט אַנ־סקיס „דיבוק‟, שלום־עליכמס „טובֿיה דער מילכיקער‟, י.י. זינגערס „יאָשע קאַלב‟, און אַלץ האָט געהאַט אַ ייִדישן טעם, ערשטנס ווײַל מען האָט עס אַדורכגעפֿירט אויף ייִדיש, און צווייטנס ווײַל עס איז געלעגן אין די ריכטיקע הענט.
דערציילט מיר מײַן זון, אַז ער האָט אויך באַזוכט דעם „כּמרי־טעאַטער‟ אין תּל־אבֿיבֿ, וווּ מען האָט געשפּילט „פֿידלער אויפֿן דאַך‟. ער איז אַרויס אַן אַנטוישטער.
וואָס איז געווען די מעשׂה? די מעשׂה איז גאָרנישט פֿריילעך. דאַכט זיך די זעלבע לידער, דער זעלבער סוזשעט אָבער נישט קיין ייִדישער, מען האָט עס געמאַכט ייִדישקייט־ריין. טובֿיה איז אַ גויִשער טיפּ, דאָס שטעטל איז קיין ייִדיש שטעטל נישט און די גאַנצע ייִדישקייט איז פֿאַרגוייִשט.
איז וווּ האַלטן מיר? אין אַמעריקע, אַז ייִדן — סאַמאָראָדנע, הונדערט־פּראָצענטיקע אבֿרהם אַבֿינוס אייניקלעך, הערן „דזשויִש‟, אָדער ייִדיש, פֿאַרקרימט מען מיט דער נאָז און מ’גייט מיט אַ טיר ווײַטער. וווּ אַהין גייען זיי? דער עיקר וווּ עס האָט נישט קיין שייכות צו ייִדן. הײַנט פֿירן זיך אויף די ישׂראלים ווי זיי וואָלטן נישט געהאַט קיין שייכות מיט ייִדן, זיי האָבן זיך אָנגעשטעקט מיט דער אַמעריקאַנער־ייִדישער קרענק. דאָ וויל מען נישט „דזשויִש‟; דאָרט וויל מען נישט האָבן קיין שייכות מיט ייִדישקייט. זייער צוגאַנג איז:
„ס’שמערדזשעט‟ (ס’שטינקט) מיט גלות, מיט ייִדיש, מיט שטעטל, מיט פֿאַרהויקערטע פּלייצעס פֿון ייִדן מיט בערד און פּאות, מיט פֿרומקייט, מיט חסידים…
כאָטש שלום־עיכמס „טובֿיה דער מילכיקער” איז כּולו ייִד, כּולו עם־ישׂראל. ער שמועסט זיך אַדורך מיטן פֿערדל אויף ייִדיש, פּרעפּלט פּסוקים פֿון הייליקע ספֿרים, וועלכע ער ניצעוועט איבער לויט זײַן פֿאַרשטאַנד און דער רבונו־של־עולם ווייסט שוין מיט וועמען ער האָט דאָ צו טאָן, ער איז נישט איבערקלײַבעריש, אַבי מ’שמועסט זיך אַדורך אויף אַ ייִדיש לשון, וואָס ער פֿאַרשטייט.
גאָר אינטערעסאַנט צו באַמערקן, די אַראַבער רופֿן אונדז „עקסטרעמע ייִדן‟, און נישט „עקסטרעמע ישׂראלים‟, אָבער די ייִדן אין ישׂראל אידענטיפֿיצירן זיך ווי פּאָלנע „ישׂראלים‟, זיי רופֿן זיך נישט ייִדן בעת זייער שמועס מיט דער וועלט, נאָר זיי פֿאַרקויפֿן דער וועלט אַ נײַ אַרטיקל אויפֿן ייִדישן באַזאַר.
זיי רופֿן זיך „ישׂראלים‟, ווי ישׂראלים וואָלטן געווען אַ נײַ פֿאָלק וואָס איז נישט דיר נישט מיר איבערגעפֿלאַנצט געוואָרן פֿון משה זוך מיך און יוקל גיי מיך, ערגעץ פֿון מעבר הסמבטיון, וווּ עס וווינען די רויטע ייִדעלעך…
איז וווּ האַלטן מיר? מיר האַלטן, הייסט עס, בײַ אַ היגן אוניווערסיטעט, וווּ איך געפֿין זיך און דערלאַנג לעקציעס אויף לשון ענגליש.
דאָ פֿאַרבעט מען לעקטאָרן וואָס זאָלן דערלאַנגען סחורה אויף פֿאַרשיידענע געביטן, טעכנאָלאָגיע, טעאָלאָגיע וואָס האָבן אַ שייכות מיט אַ שלל רעליגיעס, פֿילאָסאָפֿיע און פּסיכאָלאָגיע — און צווישן זיי מיך אויך.
איך באַדאַרף דעם עולם וואָס באַשטייט פֿון מיטל־עלטערע ייִדן און ייִדענעס און אַמאָל מיט אַ סמיטשיק אַריבער, דערלאַנגען אַזאַ טעמע ווי ייִדיש־טעאַטער, אויף ענגליש פֿאַרשטייט זיך.
אַלע הונדערט מכּלומרשט סטודענטן זײַנען ייִדן, נעמט מען מיך אויף אַ פֿאַרהער מצד די פֿאַרוואַלטער פֿון אוניווערסיטעט און ס’גייט בזה הלשון:
„זאָגט אונדז, ליבע לעקטאָרין, מיר ווילן וויסן צי איר וועט נישט חלילה דערמאָנען אין אײַער פּרעזענטאַציע די ייִדישע רעליגיע אָדער דעם חורבן?‟
די פֿראַגע פֿאַרחידושט מיך, הער נאָר, הער נאָר, אַ קשיא אויף אַ מעשׂה. אַזוינס האָב איך נאָך ביז אַהער נישט באַגעגנט. זאָג איך זיי, אַז איך רעד וועגן ייִדישן טעאַטער אויף ענגליש, וווּ אַ סך מאָל האָבן אָנגעהויבן זייערע קאַריערעס די אַמאָליקע ייִדישע אַקטיאָרן, וועלכע זײַנען שפּעטער געוואָרן וועלט־באַרימט, ווי פּאָל מוני, דעני קיי, יוסף שילדקראַוט, דוד אַדלער, דוד אַפּאַטאָשו, יוסף בולאָף, און אַפֿילו אידאַ קאַמינסקאַ (The Shop On Main Street), ייִדישע אַקטיאָרן און אַקטריסעס וואָס האָבן מיט יאָרן שפּעטער באַשײַנט די שׂמחה אין האַליוווּד.
ווי נאָר זיי האָבן דערהערט האַליוווּד, אַזוי איז זיי ליכטיק געוואָרן אין די אויגן. דערציילן זיי מיר אַז דער גאַנצער עולם באַשטייט פֿון לויטער ייִדן. אַ סך פֿן זיי אַקאַדעמיקער, פּענסיאָנירטע דאָקטוירים און אַדוואָקאַטן, קאַלעדזש־דערצויגענע, האַרוואַרד־פּראָפֿעסאָרן, יעיל, פּרינסטאָן…
אונדזער שמועס ענדיקט זיך מיט אַ שטוינענדיק געשעעניש, מיט וועלכן ס’גייט זיי אין לעבן מיך צו וואָרענען:
„מיט אַ קורצער צײַט צוריק האָט מען אָנגעשטעלט אַ לעקטאָר וואָס זײַן טעמע איז געווען ׳די ביאָלאָגישע געשיכטע פֿון דער מענטשהייט׳. דער זעלביקער לעקטאָר איז אַרײַנגעקומען אין קלאַס און געטראָגן אויפֿן קאָפּ אַ ׳קאַפּעלע׳.‟
„איז וואָס האָט פּאַסירט?‟ בין איך שוין געוואָרן נײַגעריק.
„פּאַסירט האָט אַזאַ געשעעניש,‟ האָבן זיי זיך מודה געווען. „דער גאַנצער עולם האָט אַרויסמאַרשירט פֿון זאַל ווי אַ פּראָטעסט קעגן ׳קאַפּעלע׳. איך הער, שטוין און קען קוים כאַפּן דעם אָטעם. איין פֿראַגע האָט בײַ מיר געעגבערט אין מוח, אויף וועלכע פֿעלדער האָבן זיך די חזירישע ייִדן געפּאַשעט? אין וועלכער בלאָטע האָבן זיי זיך געפּריאַזשעט? ווער האָט זיי אויפֿגעצויגן? און וווּ ליגט דאָ דער הונט באַגראָבן?
ווי זאָגט אהרון צײַטלין אין זײַן „מאָנאָלאָג אין פּליינעם ייִדיש‟:
„איר מיינט צו זאָגן אַז אין אַמעריקע זײַט איר חס־וחלילה ׳פּליין ענד סימפּל׳ געשטאָרבן, נאָר מ’האָט אײַך נישט געטאָן אײַער רעכט? ‘וועל’, איך וועל זיך נישט שפּאַרן, אפֿשר זײַט איר גערעכט … נאָר ווי זאָגט מען? ׳טייק איט איזי׳, ׳נעווער מײַנד׳, די טרערן אין מײַן קול, ווי לאַנג די מתים לעבן מוזן זיי מאַכן אַ לעבן.‟
איין זאַך מוז איך צוגעבן, אַמעריקע צי ישׂראל, מיר זײַנען אַ פֿאריתומט פֿאָלק זינט דעם חורבן, אונדזער שפּראַך, אונדזער ייִדיש־ייִדישע קולטור, זײַנען צוזאַמען געפֿאַלן אַ קרבן אויפֿן מזבח פֿון דער אַמאָליקער, מענטשלעכער ייִדישקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.