אין קעשענעוו, בײַ דער ייִדישער ביבליאָטעק אויף איציק מאַנגערס נאָמען, איז דערשינען די ביבלאָגראַפֿישע זאַמלונג — „דער ראַשקעווער חכם יחיאל שרײַבמאַן‟, אויף רוסיש און רומעניש. דאָס איז שוין די דריטע אויפֿלאַגע פֿון דער ביבליאָגראַפֿיע, געווידמעט דעם באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער.
דאָס ערשטע זאַמלביכל איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿון שׂרה שפּיטאַלניק, און איז דערשינען אין 1998, צום 85סטן געבוירן־טאָג פֿון יחיאל שרײַבמאַן. אין יאָר 2000 איז דערשינען די צווייטע אויפֿלאַגע; און די אַרבעט איבער דער דריטער אויפֿלאַגע איז פֿאַרענדיקט געוואָרן הײַיאָר, שוין נאָך די פֿײַערונגען פֿון 100סטן יוביליי, אָפּגעמערקט אויף דער ייִדישער וועלט־גאַס.
די צונויפֿשטעלער פֿון דער דריטער אויפֿלאַגע האָבן זיך באַמיט אויסצוזוכן און אײַנצושליסן אין איר סײַ די נײַע אַרבעטן וועגן דעם שרײַבער, וועלכע האָבן זיך באַוויזן אין די לעצטע יאָרן, און סײַ די פֿריִער נישט־דערמאָנטע ווערק אויף ייִדיש און אַנדערע שפּראַכן. די אַלגעמיינע צאָל איינסן, וואָס ווערן דערמאָנט אין דעם זאַמלביכל גרייכן ביז איבער פֿינף הונדערט.
די ביבליאָגראַפֿיע באַשטייט פֿון דרײַ טיילן:
„לעבן און שאַפֿונג‟ — שליסט אין זיך אײַן די הויפּט־ביאָגראַפֿישע פּעריאָדן אינעם שרײַבערישן גורל פֿון יחיאל שרײַבמאַן. דאָ קאָן מען געפֿינען עטלעכע אינטערעסאַנטע אַרטיקלען וועגן דעם שרײַבער: ד”ר פֿון פֿילאָלאָגיע יעפֿים לעוויט — „דער פּאַטריאַרך פֿון דער ליטעראַטור אין ייִדיש‟; משה לעמסטער, „צום 85סטן יוביליי פֿון וואָרט־מײַסטער‟; באָריס סאַנדלער, „צו וואָס דאַרף די וועלט אַ שרײַבער?‟; מיכאַל כאַזין, „יחיאל שרײַבמאַן — אַ שרײַבער און מענטש‟. נאָך די אַרטיקלען ווערן געבראַכן אויסצוגן וועגן שרײַבמאַן פֿון זײַנע פּען־ברידער: טבֿיה גען, שׂמחה סימכאָוויטש, אלי פֿאַלקאָוויטש, שבֿע צוקער; ווי אויך פֿון די מאָלדאַווישע שרײַבער: וולאַד פּאָכילע, קאָנסטאַנטין שישקאַן, מיכאַי טשימפּוי, אַלעקסאַנדרו קאָזמעסקו און אַנדערע. דער טייל שליסט זיך מיט צוויי לידער פֿון וואַלענטינע ראָשקאַ און מיכאל כאַזין, געווידמעט שרײַבמאַנען.
„שרײַבמאַנס ווערק און פּובליקאַציעס וועגן אים‟. אין דעם טייל ווערט געשילדערט אַ ברייטע פּאַנאָראַמע פֿון שרײַבמאַנס שאַפֿונג. עס ווערן אָנגערופֿן אַלע זײַנע ייִדישע ביכער, דערציילונגען, מיניאַטורן, לידער, עסייען, קריטישע אַרטיקלען, איבערזעצונגען פֿון מאָלדאַוויש; דערנאָך ווערן געבראַכט די אָפּרופֿן פֿון ייִדישע שרײַבער, ליטעראַטור־פֿאָרשער אויף זײַנע שאַפֿונגען — אַלץ אין ייִדיש. אינעם זעלבן סדר זײַנען אָנגערופֿן די איבערזעצונגען פֿון זײַנע ווערק אויף מאָלדאַוויש, רוסיש, דײַטש און אַנדערע שפּראַכן.
„ייִדיש־צענטער‟. אַזוי ווי אַלע אונטערנעמונגען פֿון דעם ייִדיש־קלוב פֿלעגן באַלד דערמאָנט ווערן אין דער אָרטיקער פּרעסע, ווערן אין דעם טייל אָנגערופֿן די טעמעס פֿון אַלע זיצונגען און מאַטעריאַלן, וואָס מע האָט דעמאָלט אַרומגערעדט.
איך מיין, אַז ס’איז כּדאי אַ ביסל גענויער דערציילן וועגן דער וויכטיקער אינסטיטוציע, וואָס האָט באַרײַכערט דאָס נאַציאָנאַלע לעבן אין דער שטאָט במשך פֿון די יאָרן. געגרינדעט געוואָרן פֿון באָריס סאַנדלער אין 1990, ווען ער איז געווען דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט אין מאָלדאָווע, האָט דער קלוב פֿאַראייניקט וויכטיקע ייִדישע פּערזענלעכקייטן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם אין פֿאַרשיידענע געביטן — ליטעראַטור, מוזיק, מאָלערײַ, אַרכיטעקטור. ס’רובֿ זיצונגען זײַנען געפֿירט געוואָרן אויף ייִדיש און פֿלעגן צוציִען אַ גרויסן עולם, וואָס איז דעמאָלט געווען אויסגעהונגערט סײַ נאָך אַ ייִדיש וואָרט, סײַ נאָך אַ ייִדיש מוזיקאַליש ווערק.
אַזוי ווי די שטאָט איז געווען רײַך מיט ייִדישע טאַלאַנטן — מוזיקער, קאָמפּאָזיטאָרן, מאָלער, וויסנשאַפֿטלער — פֿלעגן דאָרט פֿאָרלייענען זייערע רעפֿעראַטן און אויפֿטריטן באַקאַנטע אַקטיאָרן און קולטור־טוער: דער מוזיק־פֿאָרשער זינאָווי סטאָליאַר, די קאָמפּאָזיטאָרין זלאַטע טקאַטש, וולאַדימער ביטקין, באָריס דובאָסאַרסקי. יחיאל שרײַבמאַן פֿלעג אָפֿט פֿאָרלייענען זײַנע גלענצנדיקע עסייען וועגן די ייִדישע שרײַבער: משה אַלטמאַן, יעקבֿ שטערנבערג, אליעזר שטיינבאַרג, איציק מאַנגער, זעליג בערדיטשעווער, מאיר חרץ, הערץ ריווקין, יענטע מאַש און סך אַנדערע מײַסטער פֿון מאַמע־לשון, אָפּשטאַמיקע פֿון בעסאַראַביע.
עלף יאָר האָט עקזיסטירט דער „ייִדיש־צענטער‟, כּל־זמן יחיאל שרײַבמאַן האָט מיט אים אָנגעפֿירט, און איז אויסגעגאַנגען צוזאַמען מיט אים, אינעם זעלבן טאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.