וווּהין זענען אַהינגעקומען די אייראָפּעיִשע פֿאָנדן פֿאַר ייִדיש?

Where Have the European Funds for Yiddish Gone?


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published November 23, 2014, issue of December 19, 2014.

קלײנע קינדער, װי באַװוּסט, האָבן גרױסע אױגן און הערן ניט אױף צו פֿאָדערן: „איך װיל, גיב מיר!‟ אַ ביסל שפּעטער קומען זײ צו צו אַ צװײטער עקסטרעמקײט: „איך װיל ניט, כ’װעל דאָס ניט טאָן! דאָס איז ענלעך צו די עשׂרת הדברות, װוּ צװישן „עשׂה‟ און „לא תּעשׂה‟ ליגט די גאַנצע װעלט מיט אַלע מעגלעכע פּיטשעװקעס.

דאָס פּיצל קינד, אָבער, האָט ניט קײן אַנונג װעגן דער פֿילפֿאַרביקײט פֿונעם לעבן, באָמבלט זיך עס, נעבעך, אַ שטיקל צײַט צװישן די צװײ קעגנזאַצן, ביז עס הײבט אָן צו פֿאַרשטײן, אַז דאָס לעבן האָט אַ סך מער װאַריאַנטן, אַחוץ די צװײ פּרימיטיװע „יאָ! איך װיל, גיב מיר!‟ אָדער „נײן! איך װיל ניט‟, און עס הײבט זיך אָן אַ נײַער, דער סאַמע לאַנגער פּעריאָד פֿון מענטשנס לעבן — די תּקופֿה, בעת װעלכער דער מענטש לערנט זיך צו פֿאַרמעסטן מיט די פֿאַרלוסטן. צו דער מיט פֿון זײַן לעבן לאָזט איבער יעדער מענטש הינטער זײַנע פּלײצעס אַ שײן פֿעלד פֿון צעבראָכענע שפּילעכלעך, אָנגעװױרענע ליבעס, פֿאַרשלאָפֿענע מעגלעכקײטן, אָנגעװױרענע שטעלעס, פֿײַנט און פֿרײַנד… בקיצור, עס איז ניטאָ און קײנמאָל ניט געװען קײן אײן מענטש, װעלכער האָט זיך ניט פֿאַרמאָסטן מיט דער שװערסטער פֿאַרמעסטונג אין לעבן — איבערצולעבן די קלײנע און גרױסע פֿאַרלוסטן. אַז עס רעדט זיך װעגן די מאַטעריעלע פֿאַרלוסט, איז מילא, הײַנט פֿאַרלױרן, מאָרגן װעסט געפֿינען… אָבער װאָס טוט מען מיטן נשמה־װײטיק? די נשמה איז דאָך ניט קײן דלאָניע, די נשמה באַװאַקסט ניט מיט קײן מאַזאָליעס. אָנשטאָט מאַזאָליעס, בלײַבן אױף דער נשמה די צעבלוטיקטע וווּנדן פֿון די אומצאָליקע פֿאַרלוסטן.

עס װײַזט אױס, אַז מײַן קינדהײט־תּקופֿה מיט איר עקסטרעמע, שװאַרץ־װײַסע קעגנזאַצן האָט זיך פֿאַרשלעפּט אױף לאַנגע זעכציק יאָר, און נאָר איצט, אַ פּאָר לעצטע יאָרן, האָב איך אָנגעהױבן צו זען און אָנצונעמען די פֿילפֿאַרביקײט פֿון דער אָדער יענער פּאָזיציע, דהײַנו, - דאָס אַלץ, װאָס ליגט צװישן „עשׂה‟ און „לא תּעשׂה‟. װי אַ באַזעסענער עקשן האָב איך ניט געװאָלט זען דעם אונטערגאַנג פֿון דער גרױסער ציװיליזאַציע, פֿון דער ייִדיש־װעלט. בײַ יעדער מינדסטער געלעגנהײט פֿלעג איך זיך אײַנרעדן אַ װוּנטש אין האַרצן: אָט, אין מדינת־ישׂראל צעבליט זיך אַן אמתע דעמאָקראַטיע און אָט־אָ־טאָ װעט אָנגענומען װערן אַ געזעץ לטובֿת ייִדיש און ייִדישער קולטור. נו, ייִנגעלע, פֿאָרױס! האָסט דאָך אַ סך כּוחות און דערפֿאַרונג, נעם מיט דײַן ייִדישן טעאַטער און הײַדאַ קײן ישׂראל, קײן אױסגעקרענקטן און געבענטשטן לאַנד… אַ מחיה, — הײַנט עולה געװען, אױף מאָרגן שױן אָנגענומען געװאָרן און אױפֿגעטראָטן אינעם שרײַבער־פֿאַראײן. װאָס װײַטער אַלץ שענער… דער גרױסער אַבֿרהם סוצקעװער האָט מיך אײַנגעלאַדן צו זײַן בײַ אים אין רעדאַקציע יעדן פֿרײַטיק אין דער פֿרי. און איך פֿלעג צו אים לױפֿן און נאַשן. נאָך דעם — געלאָפֿן צו מרדכי צאַנינען, ס’הײסט, אין שרײַבער־פֿאַראײן. דאָס איז געװען אַ װוּנדערבאַר שעפֿערישע תּקופֿה. „ר’ אַבֿרהם — האָב איך אײן מאָל אַ פֿרעג געטאָן סוצקעװערן — פֿאַר װאָס זעט מען אײַך קײנמאָל ניט אינעם שרײַבער־פֿאַראײן?‟ ענטפֿערט ער: „ערשטנס, האָב איך אַ סך אַרבעט, און צװײטנס, צו קריגן זיך און באַגראָבן אײנער דעם צװײטן דאַרף מען ניט האָבן קײן סוצקעװערן‟. נאָר װי אין װאַסער געקוקט… אַ האַלבער יובֿל איז פֿאַרבײַ און פֿונעם טרױם אױף אַן אָרגאַנישער ייִדישער קולטורעלער אױטאָנאָמיע אין אַ ייִדיש לאַנד איז געבליבן אַ בלאַסער שאָטן און אַ צענדליק אינסטיטוציעס צעקריגטע צװישן זיך. אָבער דאָס פֿעלד פֿון די באַגראָבענע ייִדישע קולטור־טוערס, פּראָיעקטן, גוטע כּװנות און שעפֿערישע פֿאַרלוסטן איז דאָך אַזױ שײן און גרױס… אױף אַלע אונדזערע שׂונאים געזאָגט געװאָרן.

און אָט… דער פּאַרלאַמענט פֿון דער פֿאַראײניקטער אײראָפּע האָט אָנגענומען אַ געזעץ לטובֿת ייִדיש און אַנערקענט ייִדיש װי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון דער ייִדישער מינדערהײט אין אײראָפּע… און איך בין געלאָפֿן, געפֿאָרן, געפֿלױגן קײן אײראָפּע און געאַרבעט, געהאָרעװעט, געשאַפֿן און געהאָלפֿן און… אַ קרענק!… עס איז אױסגעװאַקסן אַ קרעפֿטיקער דור לעבן־ייִדיש־פֿונקציאָנערן און כּאילו ייִדיש־פֿאָרשער מיט צעפּקע הענט און אײַזערנע הינטנס, צוגעװאַקסענע צו די גאָלדענע פֿאָטעלן. די קלוגע לײַט האָבן גיך פֿאַרשטאַנען, אַז די ייִדיש־טעמע איז אַ כּישוף־שיסל אָן אַ דנאָ. קײן פּראַקטישע רעזולטאַטן, אַחוץ די פֿעטע שטעלעס און שײנע הײַזער פֿאַר זיך אַלײן, האָט קײן אײן אײראָפּעיִשע „ייִדישע‟ אינסטיטוציע (אַחוץ דער מעדעם־ביבליאָטעק אין פּאַריז און „לופֿטעאַטער‟ אין שטראַסבורג) ניט געבראַכט. װוּ זײַנען די ייִדיש־ייִדישע קינדער־גערטנער און שולן, צײַטשריפֿטן, ייִדיש־ייִדישע שרײַבער און טעאַטערן? אין חלום… אָנשטאָט זײ, אין די צענדליקער אײראָפּעיִשע אוניװערסיטעט־אַרכיװן װאַלגערן זיך גאַנצע בערג פֿון די באַשטױבטע נוצלאָזע „װיסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען‟ אין ייִדיש, אױף װעלכע אײראָפּע האָט אָפּגעשפּיליעט אַ פּאָר שײנע מטבעות, אָבער די אײנציקע באמת נוצלעכע און רעװאָלוציאָנעלע פֿאָרשונג, װאָס װעט בלײַבן אױף אײביק, איז די גרונטלעכע אַרבעט — „היסטאָרישע ייִדישע סעמאַנטיק‟ פֿון דער מוטיקער דײַטשישער פּראָפֿעסאָרין עריקע טים, װעלכע האָט ניט געװאַרט אױף דעם אָדער יענעם געזעץ און סובסידיעס, נאָר לאַנגע צװאַנציק יאָר געהאָרעװעט, װי אַ מורעשקע, לטובֿת ייִדיש.

אַ דאַנק דער אַמאָליקער גלענצנדיקער ייִדישער בילדונגס־סיסטעם אין אַרגענטינע, האָבן מיר דערװײַל אין ישׂראל אַ פּאָר צענדליק באמת פּראָסעפֿיאָנעלע לערער און לעקטאָרן. און כאָטש כ’האָב שױן אױפֿגעהערט צו זײַן אַ שװאַרץ־װײַסער מאַקסימאַליסט, גלײב איך, אַז נאָר זײ, די „אַרגענטינער‟, קענען נאָך ראַטעװען די ייִדישע בילדונגס־סיסטעם, כאָטשבי אין מדינת־ישׂראל, און װײַטער… גאָט איז גרױס.

איך װיל זיך מודה זײַן, אַז אַ מאָל איז מיר אַ סך אָנגענעמער צו „באַזוכן‟ דאָס ייִדישע פֿעלד און „שמועסן‟ מיט די ייִדישע קולטוער־טוער, וועלכע זענען װײַט אָפּגעשײדט פֿון אונדז, אײדער צו טרעפֿן זיך אָדער הערן די הײַנטצײַטיקע חוצפּהדיקע יונגע „שטערן‟. מיט אַ חודש צוריק האָט מיר אָנגעקלונגען מײַן אַלטער חבֿר און מיך אײַנגעלאַדן אױף אַ גרױסן ייִדישן גאַלאַ־קאָנצערט, אין װעלכן ער װעט זינגען די גאַנצע צװײטע טײל. אין דער ערשטער טײל, אָבער, װעלן אָנטײל נעמען אַ סך באַקאַנטע ייִדישע זינגער. אַ גוטע בשׂורה… זיכער, אַז כ’בין געװען מסכּים.

אין אַ פּאָר טעג שפּעטער קלינגט ער מיר װידער אָן, אַנטשולדיקט זיך און זאָגט, אַז דעם קאָנצערט האָט מען איבערגעטראָגן, װײַל דער אימפּרעסאַריאָ האָט פֿאַרבעטן אױפֿטרעטן אױף דעם קאָנצערט אַ מײדל, די „סאַמע בעסטע הײַנטצײַטיקע ייִדישע זינגערין אױף דער װעלט‟, און יענע קען קומען קײן ישׂראל נאָר נאָכן ניטל. און װער איז די סאַמע־סאַמע?… פֿרעג איך דעם חבֿר. און יענער רופֿט מיר אָן אַ נאָמען, לאָמיר זאָגן: פֿרױלין איקס. הײב איך אָן צו שלאָגן זיך „על־חטא‟, און גלײַך כאַפּ איך זיך צו צו די אַלע פֿרישע „יו־טיובן און שמו־טיובן‟, ביז איך געפֿין אַ פּאָר אױפֿטרעטונגען פֿון דער פֿרױלין איקס אױף „ייִדיש‟.

גאָט מײַנער, פֿאַר װאָס האָב איך ניט אױסגעקריצט אױף דער װאַנט דעם תּמצית צו מרים שמומעװיטש־האָפֿמאַנס אַרטיקל „הינטער די קוליסן‟?… דהײַנו, - „דער ייִדישער טעאַטער קערט זיך אום צום אָנהייב — דראַמאַטורגן, וואָס קענען נישט קיין אלף, אויסגעשפּילטע פּיעסעס און בעזגראַמאָטנע אַקטיאָרן‟. צו זאָגן, אַז די „סאַמע בעסטע הײַנטצײַטיקע ייִדישע זינגערין אױף דער װעלט‟, די פֿרױלין איקס, איז נאָר אַ בעזגראַמאָטנע, איז װי גאָרנישט געזאָגט געװאָרן. צװײ שעה האָב איך זיך געדרײט דעם קאָפּ און געפּײַניקט די אױערן, ביז כ’האָב פֿאַרשטאַנען, אַז זי זינגט אױף אַ זעלטענעם סובדיאַלעקט פֿון אַ „שמיצעדרינסקע ייִדיש‟, װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אױפֿן יסוד פֿון עפּעס אַן אוגראָ־פֿינישער שפּראַך. איך רעד שױן נישט, אַז די פֿרױלין איקס קװיטשעט אַזױ, אַז ס’איז פּשוט אַ רחמנות אױף אירע אײדעלע קישקעס. נאָר װאָס?… שײן איז זי, אױף אַלע ייִדישע טעכטער געזאָגט געװאָרן.

און כ’האָב זיך גלײַך דערמאָנט אין אַן אַלטן, אָבער גאָר אַ שײנעם אַנעקדאָט: אײנע אַ האַלב־נאַקעטע זינגערקע, פֿון די „סאַמע בעסטע הײַנטצײַטיקע זינגערינס אױף דער װעלט‟ האָט אַ מאָל אױפֿגעטראָטן אין אַ ריזיקן זאַל, פֿול געפּאַקט מיט יונגע באָסיאַקעס. און מע האָט זי אױפֿגענומען אױף „אוראַ‟. די זינגערקע האָט פֿאַרענדיקט דעם קאָנצערט, נאָר דער זאַל לאָזט זי נישט אַװעקגײן פֿון דער סצענע און מע האַלט אין אײן שרײַען „ביס!‟. די זינגערקע האָט אָפּגעזונגען־אָפּגעטאַנצט נאָך אַ ליד און נאָך אַ ליד… שױן, זי האָט שױן נישט קײן כּוח צו זינגען־שפּרינגען, גיט זי אַ זאָג אין מיקראָפֿאָן: „איך האָב שױן נישט קײן כּוח, מער קען איך נישט זינגען!‟ שטײט אױף אײנער אַ באָסיאַק, לױפֿט צו צו דער סצענע און גיט איר אַ זאָג: „מײדעלע, װער רעדט װעגן זינגען?… דו האָסט דאָך אַזאַ פֿאַנטאַסטישן קערפּער, אַז אַלע פּאָרנאָ־שטערן מעגן זיך אָפּסמען פֿון קינאה! פֿאַרמאַך דעם מיקראָפֿאָן און נאָר דרײ זיך אַרום איבער דער בינע, אַהער־אַהין, אַהער־אַהין…‟

ס’איז טאַקע לעכערלעך און ביטער. װאָס־װאָס, נאָר גוטע זינגערינס האָבן אױף דער ייִדישער בינע קײן מאָל ניט אױסגעפֿעלט און אױך הײַנט פֿעלן נישט. אַז װײ ז’אונדז, װען אױף דער ייִדישער בינע װעט אָנהײבן צו זינגען אַ „שײנער קערפּער‟ אָן ייִדיש אין מױל און האַרצן.

דער ראַפֿינירטער פֿראַנצײזישער פֿילאָסאָף און שרײַבער, פֿראַנסואַ דע לאַראָשפֿוקאָ, האָט אַ מאָל באַמערקט: „בײַ אונדז אַלעמען װעט סטײַען כּוח, כּדי איבערלעבן די צרות פֿון די נאָענטע‟. אַך, גאָטעניו באַרעמהאַרציקער, דאָס „ייִדישע פֿעלד‟ הינטער אונדזערע פּלײצעס איז טאַקע אומגעהײַער, נאָר לאָמיך גלײבן, אַז דע לאַראָשפֿוקאָ האָט געהאַט אַ טעות, לכל־הפּחות אין דעם, װאָס איז שײַך די צרות פֿון ייִדיש.