בײַ „כּשר־פֿעסט‟ — שפּײַזן וואָס זענען אײַך גאָר ניט אײַנגעפֿאַלן

At Kosherfest, Foods You Never Thought Of

אַ סך פֿון די פֿירמעס בײַ „כּשר־פֿעסט‟, אין סעקאָקוס, ניו־דזשערזי, האָבן אויסגעטיילט מוסטערס פֿרײַ פֿון אָפּצאָל צו די פֿאַרבײַגייער
Jeff Cohn/BaltimoreJewishLife.com
אַ סך פֿון די פֿירמעס בײַ „כּשר־פֿעסט‟, אין סעקאָקוס, ניו־דזשערזי, האָבן אויסגעטיילט מוסטערס פֿרײַ פֿון אָפּצאָל צו די פֿאַרבײַגייער

פֿון אוריאל הײַלמאַן (ייִט״אַ)

Published November 21, 2014, issue of December 19, 2014.

כּשר־לפּסחדיקע פּילן קעגן אַ האַרטן מאָגן? לעפֿעלעך וואָס מע קען עסן? אַ חלבֿ־ישׂראלדיקער אַלטערנאַטיוו צו די נעריקע געטראַנקען ווי Ensure?

אָט דאָס איז אַלץ געווען צום באַוווּנדערן אויף „כּשר־פֿעסט‟ — די צוויי־טאָגיקע קאָמערציעלע אויסשטעלונג פֿון כּשרע שפּײַזן, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿאַראַכטאָגן אינעם ריזיקן „מעדאָולאַנדס־צענטער‟ אין סעקאָקוס, ניו־דזשערזי. יעדעס יאָר פֿאַרזאַמלען זיך דאָרט הונדערטער פֿירמעס צו פֿאַרקויפֿן זייער סחורה, אויסטיילנדיק מוסטערס פֿרײַ פֿון אָפּצייל צו די פֿאַרבײַגייער. צווישן די מוסטערס זענען געווען פּאָרציעס פֿון וועגאַנישער לאַזאַניע (וועגאַניש איז טײַטש — אָן שום חיות־פּראָדוקטן, נישט קיין פֿליישיקס, מילכיקס אָדער אַפֿילו אייער); קינסטלעכער „בייקאָן‟ און מאַקאַראָנדלעך געמאַכט פֿון מערן־לעקעך.

מ׳האָט אויך געקאָנט איסטרינקען אַ „גלעזל‟ וואָדקע, אַראַק אָדער טעקילאַ.

אַוודאי האָט מען אויך געפֿונען דאָרט די אײַנגעפֿונדעוועטע כּשרע מאכלים ווי „סטרײַטס‟ מצה, „קדם‟־ווײַן און „גאָלדס‟ כריין. אָבער די קונים זענען פֿאָרט געווען מער פֿאַראינטערעסירט אין די נײַערע פּראָדוקטן, ווי כּשר־לפּסחדיקע שאָקאָלאַדן אין דער פֿאָרעם פֿון זשאַבעס און היישעריקן.

דער מאַרק פֿון כּשר עסן האַלט אין איין שטײַגן. לויט די קאָנסולטאַנטן איז עס הײַנט שוין אַ 12.5 ביליאָן־דאָלאַרדיקע אינדוסטריע. בערך 8,000 פֿאַבריקן פֿון 4,500 פֿירמעס געפֿינען זיך הײַנט אונטער דער השגחה פֿונעם „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟ (OU), די גרעסטע השגחה־פֿירמע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. בערך 28% פֿון אַלע נײַע פּראָדוקטן פֿונעם יאָר 2008 (דאָס לעצטע יאָר וואָס מע האָט געמאַכט אַזאַ סטאַטיסטיק) האָבן געהאַט אַ כּשרע השגחה, לויט אַ שטודיע דורכגעפֿירט פֿון דער פֿירמע „מינטעל‟.

אַ צאָל כּשרע פֿירמעס באַמיִען זיך אויך אַרײַנצוציִען קונים מיט ספּעציפֿישע באַדערפֿענישן: Allie’s מאַכט קיכעלעך, וואָס האָבן נישט קיין גלוטען; Wise Organic Pastures פֿאַרקויפֿט אָרגאַניש הינדל, און Sophie’s Kitchen פּראָדוצירט וועגאַנישע כּמו־פֿיש־פּראָדוקטן.

דער אָפּטייל פֿון כּשר־לפּסחדיקע שפּײַזן האָט אויך געהאַט אינטערעסאַנטע סחורה: פּילן צו היילן אַ האַרטן מאָגן, פּראָדוצירט פֿון Nature’s Cure; אַ טאָרט וואָס זעט אויס ווי די קערה בײַם סדר (Munch Real Kosher), און אַ סך פּסחדיקע מינים כּמו־ברויט, געמאַכט פֿון קאַרטאָפֿל־מעל.

דער לעבעדיקסטער מאָמענט איז געקומען צום סוף, ווען מע האָט אָנגעהויבן אײַנפּאַקן די סחורה. די קונים זענען זיך אָנגעלאָפֿן, כּדי אַרײַנצופּאַקן די לעצטע „פֿרײַע‟ מוסטערס. ספּעציעל פּאָפּולער זענען געווען די נאַשערײַען „ביסלי‟ און „באַמבאַ‟ בײַ דער פֿירמע Osem. צענדליקער פֿרויען האָבן אָנגעשטופּט זייערע זעק מיט די „טשיפּקעלעך‟, און אַרויס פֿון זאַל, צופֿרידענע.