זײַט מיר נאָך נישט געזונט...

Have a Nice Day!


פֿון הערשל גלעזער

Published November 25, 2014, issue of December 19, 2014.

פּונקט ווי ס’איז אָנגענומען זיך צו באַגריסן ווען מע באַגעגנט זיך, אַזוי איז אויך אָנגענומען זיך צו געזעגענען ווען מע צעגייט זיך. ייִדן זענען גרויסע מבֿינים אויף געזעגענען זיך, זיי קענען עס טאָן אויף כּלערליי אופֿנים: שיין און מיאוס, קורץ און לאַנג, אָבער איבערהויפּט — לאַנג. ווען כ’זאָל אײַך דערציילן פֿון מײַנע קינדער־יאָרן וויפֿל צײַט מיר פֿלעגן אָפּשטיין אויף דער שוועל פֿון דער דירה בשעת טאַטע־מאַמע האָבן זיך געזעגנט מיט פֿעטערס און מומעס… נישט אומזיסט וויצלט מען זיך: גויים גייען אַוועק אָן אַ געזעגענונג, בשעת ייִדן געזעגענען זיך, נאָר גייען נישט אַוועק.

ווי אַזוי געזעגנט מען זיך אויף מאַמע־לשון? פֿאַרשטייט זיך, קען מען זאָגן „אַ גוטן טאָג“, „אַ גוטע נאַכט“, „אַ גוטן שבת“; די קען מען הערן בײַ אַלע ייִדיש־רעדערס. פֿאַראַן אויך ס’כּוללדיקע „אַ גוטן תּמיד“, וואָס אַלע קענען, נאָר ביז איצט האָב איך נישט באַגעגנט קיין איין ייִד אָדער ייִדענע, וואָס זאָל באַשטעטיקן, אַז ער אָדער זי קען עס פֿון דער היים; ווייס איך נישט ווי פֿאַרשפּרייט ס’איז געווען אין מיזרח־אייראָפּע. די אַלע ביזאיצטיקע קען מען קירצן אויף „אַ גוטן!“; אפֿשר פֿון דעם נעמט זיך פֿון ייִדיש ס’ענגלישע Have a happy!.

לויט סטוטשקאָוון קען מען אָפּשפּעטן „אַ גוטן זײַט זיך“ און „אַ גוטן זײַטשיק“ („זײַטשיק“ קלינגט ווי ס’רוסישע וואָרט פֿאָר ‘העזעלע’). די פֿאַרשפּרייטסטע געזעגן־פֿאָרמל, מיין איך, איז דווקא „זײַ(ט) געזונט!“, וואָס דעקט זיך מיט אויסדריקן אויף פּויליש און רוסיש; אויף פּויליש און רוסיש, אָבער, זענען זיי זעלטענער ווי אויף מאַמע־לשון. כ’האָב אויך אַ חשד, אַז ייִדן זענען נאָך מער אַרײַנגעטאָן אינעם ענין געזונט ווי סלאַוון, סײַ ממש, סײַ שפּראַכיק. אויף ייִדיש געזעגנט מען זיך דאָך אויך „גיי(ט) געזונט!“ און „גיי(ט) געזונטערהייט!“, „פֿאָר(ט) געזונט און קומ(ט) געזונט!“, וואָס בײַ די סלאַוון זענען זיי נישטאָ. געווען אַ מאָל אַ וויץ, אַז ישׂראל וועט נעמען אַן אַלטן ייִדן און אים מאַכן פֿאַרן מיניסטער פֿון טראַנספּאָרט־געזונט. וואָס זשע וועט זײַן זײַן אַרבעט? שטיין בײַם פּאָרט און ווינטשן אַלע וואָס גייען אַרויף אויף די שיפֿן „פֿאָרט געזונטערהייט!“

נאָר בײַ ייִדן איז דאָ „ער איז אַוועק אָן אַ זײַ־געזונט“. דאַכט זיך, אַז נאָר בײַ ייִדן האָט געקענט אויפֿקומען די חכמהדיקע כּמו־געזעגענונג „זײַט מיר נאָך נישט געזונט, כ’גיי נאָך נישט אַוועק…“

וועגן ווערב „געזעגענען זיך“ אַליין איז דאָ אַ סך צו רעדן. דער שורש איז אַ לאַטײַנישער טײַטש ‘סימן’; דערפֿון וואַקסט אויך ס’ענגלישע וואָרט sign. פֿריִער האָט עס געמיינט אַבי אַ סימן, נאָר אין דער קריסטלעכער תּקופֿה איז דער טײַטש פֿאַרענגערט געוואָרן אויף צלמען, בפֿרט בײַם בענטשן. איז דער שורש אויף דײַטשיש און אויף טשעכיש טאַקע טײַטש ‘בענטשן’. מאַקס ווײַנרײַך האַלט, אַז אַזאַ קריסטלעך וואָרט האָט נישט געקענט אַרײַן אין ייִדיש; אָט דערפֿאַר זאָגן מיר „בענטשן“. פֿאַר וואָס מיר זאָגן נישט, אַ שטייגער, „מבֿרך זײַן“ ווייסט מען נישט; מיר מאַכן דאָך אַ ברכה פֿאַרן עסן, און בענטשן נאָכן עסן.

אין עלטערן דײַטשיש איז, אָבער, אויך געווען דער טײַטש ‘געבן אַ סימן בײַם צעגיין זיך’, איז אָט דער טײַטש אַרײַן אין ייִדיש און אין פּויליש. בײַ די פּאָליאַקן איז נאָך דאָ אויך דער רעליגיעזער טײַטש; בײַ ייִדן, פֿאַרשטייט זיך — נישט. (ווי אַזוי ייִדן ספּראַווען זיך שפּראַכיק מיט קריסטלעכקייט איז אַ גרויסע טעמע, נאָר אַ באַזונדערע.)

דאָס איז אַלץ גערעדט געוואָרן ווען מע געזעגנט זיך אויף אַ גוטן אופֿן. טאָמער וויל מען יענעם אָפּפֿאָרן, מיאוס זיך געזעגענען? בײַ סטוטשקאָוון קען מען געפֿינען אַ ים מיט ברירות:

אַוועק פֿון דאַנען!
אַוועק פֿון מײַנע אויגן!
גיי קיין גושן!
טראָג זיך אָפּ!
פֿאַרנעם זיך!
רוק זיך!
פּאַשאָל וואָן!
הלך משה מרדכי!
לכה דודי!
דײַן פֿוס זאָל בײַ מיר נישט געדאַכט ווערן!
ברוך שפּטרני!
פּטור אַ חמץ!
יאַזדאַ!
הולך(אַרויסגערעדט /הוילעך/)! חוץ אַ פּאָר גראָבע ווערטער, וואָס בעסער זיי דאָ נישט אויסרעכענען.

לאָמיר אויך דערמאָנען, אַז אין מיזרח־אייראָפּע האָבן ייִדן גערעדט מיט חיות אויף „גוייש“, איז כּדי אָפּצופּטרן אַ הונט, למשל, האָט מען גערעדט רוסיש: „פּאַשאָל וואָן!“ (‘גיי אַרויס!’). איז אויב מע זאָגט עס אַ מענטשן, איז עס, פֿאַרשטייט זיך, זייער מיאוס.