האָבן מיר טאַקע אַ ייִדיש־טראַגעדיע אין אייראָפּע?

Is There Really a Yiddish Tragedy in Europe?

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published November 25, 2014, issue of December 19, 2014.

די פּראָפֿעסאָרן מאַריאָן אַפּטרוט און שמעון נויבערג, וועלכע פֿירן אָן מיט ייִדישע שטודיעס אין דיסלדאָרף און טריִער, דײַטשלאַנד
די פּראָפֿעסאָרן מאַריאָן אַפּטרוט און שמעון נויבערג, וועלכע פֿירן אָן מיט ייִדישע שטודיעס אין דיסלדאָרף און טריִער, דײַטשלאַנד

אין דער אמתן, האָב איך זיך געקליבן צו שרײַבן וועגן דעם אוקראַיִנישן „מײַדאַן‟ — ס’איז דאָך פּונקט געוואָרן אַ יאָר זינט דעם אָנהייב פֿון דער גאַנצער איבערקערעניש, וועלכע האָט גאַנץ דראַמאַטיש געביטן דאָס לעבן ניט בלויז אין אוקראַיִנע און רוסלאַנד, נאָר אין אַנדערע לענדער אויך, בפֿרט אין אייראָפּע.

אָבער בײַם עפֿענען דעם קאָמפּיוטער, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויפֿן פֿרישן אַרטיקל פֿון פֿרײַנד מיכאַל פֿעלזענבאַום, אונטערן טיטל „וווּהין זענען אַהינגעקומען די אייראָפּעיִשע פֿאָנדן פֿאַר ייִדיש?‟

האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז — לויט זײַן אַנאַליז — איז דער הימל דאָרטן, אין אייראָפּע, שוין ערגעץ גאָר בײַ דער ערד.

דאָס בילד, וואָס פֿרײַנד פֿעלזענבאַום מאָלט, זעט אויס ממש טראַגיש. הערט זיך נאָר אײַן: „עס איז אויסגעוואַקסן אַ קרעפֿטיקער דור לעבן־ייִדיש־פֿונקציאָנערן און כּאילו ייִדיש־פֿאָרשער מיט צעפּקע הענט און אײַזערנע הינטנס, צוגעוואַקסענע צו די גאָלדענע פֿאָטעלן.‟ האָב איך עס איבערגעלייענט און פֿאַרשטאַנען, אַז וועגן דעם „מײַדאַן‟ מוז מען דערווײַל פֿאַרגעסן, ווײַל עס רוקט זיך אָן — צי אפֿשר האָט זיך שוין אָנגערוקט — אַ ייִדישע קולטור־קאַטאַסטראָפֿע פֿון אַ פּאַן־אייראָפּעיִשן פֿאַרנעם.

עטלעכע ליכטיקע אינסטיטוציעס זײַנען נאָך פֿאַרבליבן, און פֿרײַנד פֿעלזענבאַום רעכנט זיי איבער: די מעדעם־ביבליאָטעק אין פּאַריז, דער „לופֿטעאַטער‟ אין שטראַסבורג און עריקאַ טימס בוך „היסטאָרישע ייִדישע סעמאַנטיק‟. אָבער דאָס זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, נישטיקע קלייניקייטן פֿאַר אַזאַ ריזיקן קאָנטינענטן ווי אייראָפּע. אָבער דער לייענער, אַני־הקטן בתוכם, דערפֿילט דעם באמת ביטערן טעם פֿון דער אייראָפּעיִשער טראַגעדיע, ווען ער לייענט איבער די באַשרײַבונג פֿון דער זינגערין, וועלכע איז אַ „בעזגראַמאָטנע‟ און דאָס ייִדיש אירס איז אַ „שמיצעדרינסקע‟.

איך פֿאַרשטיי זייער גוט דעם פֿאַרדראָס, וואָס כאַפּט אַרום בײַם הערן אַ זינגערין פּון אַזאַ סאָרט. איך האָב עפּעס אַזוינס געהערט ניט לאַנג צוריק אין פֿלאָרידע. און פֿריִער איז מיר אויך ניט איין מאָל, אין פֿאַרשיידענע לענדער אויסגעקומען צו זײַן געפּײַניקט דורך אַזעלכע מײַסטערס, מישטיינס געזאָגט, פֿון דער ייִדישער מוזיק־קונסט. דער שונד איז תּמיד געווען אויף דער ייִדישער בינע, און ער איז קיין מאָל פֿון איר ניט אַוועק. אָבער צי הייסט עס, אַז מע דאַרף שרײַען „געוואַלד‟ און פֿאַרבינדן עס (איך פֿאַרשטיי בשום־אופֿן ניט ווי אַזוי) מיט די „אײַזערנע הינטנס, צוגעוואַקסענע צו די גאָלדענע פֿאָטעלן‟?

אין מײַנע אויגן זעט אויס דער מצבֿ אין אייראָפּע לחלוטין אַנדערש, לכל־הפּחות אין דער אַקאַדעמישער וועלט. עס אַרבעטן זייער גוט ייִדישע אַקאַדעמיקער אין אַזעלכע לענדער ווי דײַטשלאַנד, האָלאַנד, פֿראַנקרײַך און פּוילן. איך זאָג עס ניט גלאַט אין דער וועלט אַרײַן, נאָר באַזירט אויף די יערלעכע איבערזיכטן פֿון נײַע פֿאָרשונגען אין הילכות ייִדיש, וואָס מיכאל קרוטיקאָוו און איך גרייטן פֿאַר The Year’s Work in Modern Language Studies. דאָס דאָזיקע בוך גייט אַרויס אין דעם פֿאַרלאַג פֿונעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט און איז צוטריטלעך אין אינטערנעץ (זען www.mhra.org.uk/Publications/Journals/ywmls). ניט געקוקט אויף דעם טיפֿן דרך־ארץ, וואָס איך האָב צו פּראָפֿעסאָרין עריקאַ טים, זײַנען לעצטנס אַרויס ניט ווייניק אַנדערע וויכטיקע פֿאָרשונגען פֿון אייראָפּעיִשע געלערנטע.

בכלל, די גאַנצע מעשׁה מיט „גאָלדענע פֿאָטעלן‟ קלינגט מאָדנע. קודם־כּל, וווּ זײַנען די דאָזיקע פֿאָטעלן? עס ווילט זיך אַ קוק טאָן אויף אַזאַ שטיק מעבל צו פֿאַרשטיין, צי אַ ייִדישער פֿאָטעל איז טאַקע מער באַדעקט מיט גאָלד ווי אַ פֿאָטעל פֿון דעם אַקאַדעמיקער, וואָס באַשעפֿטיקט זיך, אַ שטייגער, מיט כינעזיש? קריגט מען טאַקע די דאָזיקע פֿאָטעלן פֿון די געלטער, אויסגעטיילט מצד דער אייראָפּעיִשער ביוראָקראַטיע? אויף וויפֿל איך ווייס, זײַנען די אַקאַדעמישע שטעלעס אין אייראָפּע פֿינאַנצירט דורך די רעגירונגען, פּונקט אַזוי ווי מע פֿינאַנצירט אַנדערע שטעלעס אין אוניווערסיטעטן.

איך האָב מורא, אַז פֿרײַנד פֿעלזעלבאַומס אַרטיקל קען באַליידיקן מײַנע קאָלעגן, וועלכע האָבן אַ דאַנק זייערע „אײַזערנע הינטנס‟ (דאָ איז פֿעלזענבאַום גערעכט!) און קלוגע קעפּ, האָבן זיי געקענט דערגרייכן ממשותדיקע רעזולטאַטן אין זייער פֿאָרשונג. איך האָב אויך מורא, אַז דער דאָזיקער אַרטיקל קען באַליידיקן די אַקטיווע טוער, וואָס זײַנען באַשעפֿטיקט מיט ייִדיש אין אַ סך לענדער פֿון אייראָפּע, אַרײַנגערעכנט שוועדן און פֿינלאַנד. און אוודאַי ניט נאָר שונד הערשט אויף די בינעס פֿון אייראָפּע.

מע קען, פֿאַרשטייט זיך, חלומען וועגן ייִדישע שולן און קינדערגערטנער אין אייראָפּע. חלומען קען מען וועגן כּלערליי זאַכן. למשל, וועגן קולטיווירן פּאָמעראַנצן אויף דער לבֿנה. אין שטראַסבורג איז מיט יאָרן צוריק אַדורך אַ גאַנצער פּאַראַד פֿון חלומות וועגן ייִדיש. מיר האָט זיך עס פֿאַרגעדענקט ווי אַ געשעעניש, וואָס איז אַ סך ערגער פֿון אַ שונד־קאָנצערט.

הקיצור, איך גלייב אַז דער מצבֿ איז גאָר ניט אַזוי שרעקלעך אין אייראָפּע. איציק גאָטעסמאַן האָט אין דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער באַזוכט אַ סך לענדער, און — ווי מיר האָבן געלייענט אין זײַנע באַריכטן — האָט ער קיין טראַגישע אײַנדרוקן פֿון דאָרטן ניט אַרויסגעטראָגן. איך מיין, אַז פֿרײַנד פֿעלזענבאַום איז פּשוט געווען אין אַ שלעכטער שטימונג נאָכן אויסהערן אין „יו־טיוב‟ די אומגעלומפּערטע זינגערײַ פֿון עפּעס אַ זינגערין.