אַ קאַנאַדער־ישׂראלדיקע ייִדישע פֿרוי האָט זיך אָנגעשלאָסן אין די קורדישע כּוחות, כּדי צו קעמפֿן קעגן דער דזשיהאַדיסטישער גרופּע „איסלאַמישער מלוכה‟, באַקאַנט ווי ISIS.
רעדנדיק פֿון איראַק, האָט גיליאַן ראָזענבערג — באַקאַנט אין ישׂראל מיטן נאָמען גילה — איבערגעגעבן דער ישׂראלדיקער ראַדיאָ, אַז זי טרענירט שוין מיט דער YPG, די נאַציאָנאַלע אַרמיי פֿון די סירישע קורדן, און וועט נאָך דעם קעמפֿן אין סיריע.
אַ קוואַל אין קורדיסטאַן האָט געזאָגט, אַז ראָזענבערג איז די ערשטע אויסלענדישע פֿרוי זיך אָנצושליסן אין די סיריש־קורדישע כּוחות.
„זיי [די קורדן] זענען אונדזערע ברידער. זיי זענען וווילע מענטשן. זיי האָבן ליב דאָס לעבן, פּונקט ווי מיר,‟ האָט די 31־יאָריקע ראָזענבערג געזאָגט בעת דעם אינטערוויו מיט צוויי וואָכן צוריק, האָט איבערגעגעבן די צײַטונג Canadian Jewish News.
ראָזענבערג איז געווען אַ תּלמידה אין דער ייִדישער מיטלשול „מײַמאָנידיס הײַ־סקול‟ אין וואַנקוּווער, קאַנאַדע, און האָט באַקומען אַזוינע הויכע צייכנס, אַז מע האָט זי באַשטימט אָפּצוהאַלטן די געזעגענונג־רעדע אויף דער גראַדויִרונג־צערעמאָניע פֿון איר קלאַס, אין 2001.
נאָכן נעמען פֿלי־קורסן אין קאַנאַדע האָט ראָזענבערג עולה געווען קיין ישׂראל.
אין 2009 איז ראָזענבערג אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר איר ראָלע אין אַ לאָטעריי־שווינדל, געצילעוועט אויף עלטערע לײַט. זי איז אויסגעליווערט געוואָרן קיין אַמעריקע, וווּ זי איז געזעסן אין תּפֿיסה פֿיר יאָר לאַנג.
יהאל בן־עובֿד, איר דעמאָלטדיקער אַדוואָקאַט, האָט געזאָגט, אַז ס׳איז אים נישט קיין חידוש, אַז ראָזענבערג האָט זיך אָנגעשלאָסן אינעם קאַמף אין סיריע. „דאָס איז דער סאָרט זאַך, וואָס זי וואָלט טאַקע געטאָן,‟ האָט בן־עובֿד געזאָגט פֿאַר „רויטערס‟ מיט עטלעכע וואָכן צוריק.
ישׂראל האָט פּאָזיטיווע באַציִונגען מיט די קורדן זינט די 1960ער יאָרן, אָבער די ישׂראלדיקע בירגער זענען פֿאַרווערט אַרײַנצוטרעטן אין פֿײַנטלעכע לענדער ווי סיריע און איראַק. טאַקע דערפֿאַר האָט ישׂראל לעצטנס באַשטראָפֿט די אַראַבישע ישׂראלים, וועלכע האָבן זיך אומגעקערט קיין ישׂראל, נאָכן קעמפֿן אין יענע לענדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.