דער ריזיקער ייִדישער אָפּטייל אין דער אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, איינער פֿון די 10 גרעסטע אין דער וועלט, פֿאַרנעמט פֿינף צימערן אויפֿן פֿערטן שטאָק און אַ גאַנצן אויבערשטן עטאַזש אינעם קיִעווער ביבליאָטעק־קאָמפּלעקס, אויסגעבויט אין אַ טיפּישן סאָוועטישן סטיל. כּדי אָפּצושפּאָרן די ענערגיע, בלײַבט די עלעקטרע פֿאַרלאָשן בײַטאָג. צוליב דעם דאַכט זיך, אַז אינעם קילן צוגווינטיקן בנין איז אַלעמאָל אָוונט־צײַט. אונטער די גרויסע פֿענצטער, באַצירט מיט בלומען־טעפּלעך, אַרבעטן אינעווייניק אַ גאַנצע גרופּע פֿרויען, וואָס פֿאַרנעמען זיך אויפֿמערקזאַם און סיסטעמאַטיש מיט די ייִדישע אוצרות.
צווישן די אוניקאַלע אַרכיוון, ליגן אין דער קיִעווער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק מאַרק שאַגאַלס אילוסטראַציעס, זעלטענע לוחות פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, און אַ ריזיקע זאַמלונג פֿון קינדער־ביכער אויף ייִדיש. איך בין אָבער געקומען, כּדי אַ קוק צו טאָן אויף די אַרכיוון פֿון שלמה־זאַנוול ראַפּאַפּאָרט, באַקאַנט אונטערן פּסעוודאָנים ש. אַנ־סקי — דער מחבר פֿון דער יענוועלטישער פּיעסע „דער דיבוק‟, ווי אויך אַ זשורנאַליסט און עטנאָגראַף.
אַנאַ ריווקינאַ, די הויפּט־ביבליאָטעקאַרין, האָט דערציילט, אַז אין דער צוקונפֿט וועט די ביבליאָטעק, מעגלעך, באַגרענעצן דעם צוטריט צו אַנ־סקיס האַנטשריפֿטן, וואָס אַ טייל פֿון זיי זענען איבער 100 יאָר אַלט און ווערן געהאַלטן אין אומפֿאַרזיכערטע באַדינגונגען. ריווקינאַ, וועלכע האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש אין די 1990ער יאָרן, פּרוּווט מיט גרויס ליבשאַפֿט אָפּצוהיטן די אוצרות, בשותּפֿות מיט אירינאַ סערגעיעוואַ — די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם ייִדישן ביבליאָטעק־אָפּטייל און איינע פֿון די גרעסטע עקספּערטן אין אַנ-סקיס ווערק.
סערגעיעוואַ האָט מיר איבערגעגעבן, אַז בערך אַ העלפֿט פֿון דער קאָלעקציע האָט מען שוין איבערגעפֿירט אין אַן עלעקטראָנישן פֿאָרמאַט. האָפֿנטלעך, וועט מען פֿאַרענדיקן די דיגיטאַליזאַציעס אינעם קומענדיקן יאָר. וואָס שייך די פֿיזישע אָריגינאַלן, בלײַבט זייער גורל אומקלאָר. אויפֿן איצטיקן מאָמענט, ווערן זיי געהאַלטן אין אומאַדעקוואַטע באַדינגונגען, און יעדער באַזוכער פֿון דער ביבליאָטעק קאָן זיי איבערבלעטערן מיט בלויזע הענט. די ביבליאָטעקאַרן פּרוּוון זיי אָפּצוהיטן, אָבער אינעם הײַנטיקן אומרויִקן פּאָליטישן מצבֿ אין אוקראַיִנע וועט זײַן שווער צו געפֿינען דאָס נייטיקע געלט.
אין דער ביבליאָטעק געפֿינען זיך 1,335 כּתבֿ־ידן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו אַנ־סקיס אויסערגעוויינטלעכע פֿאָרשונגען. דער גרויסער ייִדישער עטנאָגראַף איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל טשאַשניק, לעבן וויטעבסק, אין 1863. אינעם זעלבן ראַיאָן פֿון רײַסן איז מיט 24 יאָר שפּעטער געבוירן געוואָרן מאַרק שאַגאַל.
אינעם פּעריאָד פֿון 1911 ביז 1914, האָט אַנ־סקי אָרגאַניזירט אַ ריי עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס איבער די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע שטעטלעך. איינער פֿון די הויפּט־שטיצער פֿון זײַנע פֿאָרשונגען איז געווען באַראָן וולאַדימיר גינזבורג, אַ ייִדישער באַנקיר און מעצענאַט פֿון קיִעוו.
אינעם יאָר 1920 איז אַנ־סקי געשטאָרבן בײַ 56 יאָר פֿון אַ לונגען־אָנצינדונג. במשך פֿון זײַן לעבן האָט ער באַוויזן איבערצולאָזן אַ ריזיקע ירושה פֿון דערציילונגען, לידער, זשורנאַליסטישע אַרטיקלען, איבערזעצונגען פֿון פֿראַנצויזיש, פּיעסעס און עטנאָגראַפֿישע נאָטיצן וועגן ייִדישע שפּריכווערטער, מעשׂיות מיט מלאָכים און שדים, סגולות און אַנדערע פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן. ער האָט אויך געזאַמלט הונדערטער רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישער מוזיק, פֿאַרשריבן אויף וואַקסענע צילינדערס, וואָס זענען איבערגעפֿירט געוואָרן אין אַן עלעקטראָנישן פֿאָרמאַט און ווערן אָפּגעהיט אין אַן אַנדער טייל פֿון דער ביבליאָטעק.
אוקראַיִנע איז אַ לאַנד מיט אַ רײַכער, אָבער גאָר טראַגישער, ייִדישער געשיכטע. בערך 900,000 אוקראַיִנישע ייִדן זענען אומגעקומען בעת דעם חורבן. הײַנט באַטרעפֿט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿונעם לאַנד אַרום 70,000 נפֿשות.
די באָלשעוויקעס האָבן אָפּגעשטעלט די בלוטיקע פּאָגראָמען אויף ייִדן, וועלכע זענען אויסגעבראָכן אין די שטורמישע יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע; די אַלטע שטעטל־קולטור איז אָבער בטל געוואָרן צוזאַמען מיטן תּחום־המושבֿ. אינעם סאָוועטישן ביבליאָטעק־קאָמפּלעקס בלאָנדזשען הײַנט די געשפּענסטער פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן, וואָס די ענטוזיאַסטישע באַאַמטע פּרוּוון אָפּצוהיטן פֿאַר די קומענדיקע דורות. איין אַזאַ „פֿאַנטאָם‟ איז אַ זאַמלונג פֿון אַנ־סקיס אייגענע נאָטיצן וועגן דעם טרויעריק־באַרימטן מישפּט איבער מנחם־מענדל בייליס, וועלכער איז באַשולדיקט געוואָרן אין אַ בלוט־בילבול. דער מישפּט איז פֿאָרגעקומען אין קיִעוו, אינעם יאָר 1913.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.