נײַעס פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published November 25, 2014, issue of December 05, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

וועראַ גראַן, וואָס איז געשטאָרבן אין פּאַריז אין יאָר 2007 אין עלטער פון 91 יאָר, האָט כּסדר געטענהט, אַז זי איז קיין מאָל נישט געווען קיין קאָלאַבאָראַנטקע. וולאַדיסלאַוו שפּילמאַן, האָט זי אָבער ווײַטער געטענהט, איז יאָ געווען אַ געסטאַפּאָ־שפּיצל.

אַגאַטאַ טושינסקאַ חזרט איבער אין איר בוך די דאָזיקע טענות, און שפּילמאַנס אַלמנה און זון האָבן באַשולדיקט טושינסקאַ אין פֿאַרלוימדונג.

דאָס געריכט איז מסכּים געווען, אַז טושינסקאַס טעקסט פֿאַרשעמט די משפּחה שפּילמאַן. פֿון דעסט וועגן, האָט טושינסקאַ דאָס רעכט צו פּובליקירן איר בוך, האָט געפּסקנט דער ריכטער. ראשית ווײַל נישט זי, נאָר וועראַ גראַן, האָט באַשולדיקט שפּילמאַנען. וואָס שייך די עצם טענות, האָט דער ריכטער געזאָגט, איז זייער שווער צו וויסן ווער ס׳דערציילט דאָ דעם אמת. במילא קען נישט דאָ זײַן קיין רייד פֿון לשון־הרע.

פֿילם „רוזשיטשקאַ‟ ווערט געוויזן אין ייִדישן מוזיי

אַ סצענע פֿון דעם פֿילם „רוזשיטשקאַ‟
אַ סצענע פֿון דעם פֿילם „רוזשיטשקאַ‟

אין ייִדישן מוזיי ווײַזט מען, דעם 28סטן נאָוועמבער, דעם פֿילם „רוזשיטשקאַ‟ — דהיינו רייזעלע. די הויפּט־העלדין פֿונעם פֿילם איז אַ שיינע פּוילישע פֿרוי. זי שפּילט אַ ליבע מיט אַ יונגן מאַן. זי ווייסט נישט, אַז ער איז אַן אַגענט פֿון דער געהיימער פּאָליציי. שפּעטער איז זי מסכּים צו אַרבעטן פֿאַר אים — דערוויסן זיך וואָס סע טוט זיך אין דער שטוב פֿון אַ ייִדישן פּראָפֿעסאָר, אַ דיסידענט. די גאַנצע געשיכטע קומט פֿאָר אין 1968 אין מיטן פֿון דער גרויסער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע אין פּוילן. די יונגע פֿרוי הייבט אָן צו אַרבעטן בײַם פּראָפֿעסאָר אין שטוב. ער איז אַן אַלמן און האָט אַ טאָכטער. דער סוף איז אַז זי פֿאַרליבט זיך אינעם עלטערן פּראָפעסאָר און איר אויפֿזעער ווערט משוגע פֿאַר קנאה. דער סוף איז א ביטערער פֿאַר ביידע.

דער פֿילם איז נאָך א באַווײַז, אַז אין פּוילן זענען נישט געבליבן קײן סך ייִדן אָבער די טעמע, ייִדן, איז נאָך אלץ געבליבן דאָ אַ קוואַל פֿון ראָמאַנען און פֿילמען.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.