אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער זשורנאַליסט האָט מיט אַ יאָר־צוויי צוריק געשריבן אַז פֿלאָרידע איז מסתּמא אַ מין נבֿואה אויף דער אַמעריקאַנער צוקונפֿט. געמיינט האָט ער דערמיט בפֿירוש דעם אָרטיקן קאָלאַסאַלן אונטערשייד צווישן אָרעם און רײַך, וואָס זעט אויס מער ענלעך צו אַ לאַנד, וואָס געהערט צו דער „דריטער וועלט‟, איידער די פֿאַראייניקטע שטאַטן. איך האָב טאַקע מורא, אַז עס קען חלילה זײַן, אַז גאַנץ אַמעריקע וועט פֿאָלגן אין די פֿוס־טריט פֿון פֿלאָרידע. מײַן זאָרג שטאַמט פֿון מײַן רײַזע אינעם „שטאַט פֿונעם זונענשײַן‟ וואָס איך האָב נאָר וואָס פֿאַרענדיקט און וואָס האָט אויף מיר געמאַכט זייער אַ שלעכטן אײַנדרוק און מיך איבערגעלאָזט מיט מיגלדיקע געפֿילן און טיפֿע ספֿקות. בקיצור, אויב פֿלאָרידע איז די צוקונפֿט פֿון אַמעריקע, איז דאָס לאַנד אויף געהאַקטע צרות.
אויף שפּאַניש באַטײַט „פֿלאָרידע‟ מער־ווייניקער „דאָס לאַנד פֿון בלומען‟ אָבער הײַנט איז די וועלט־באַרימטע נאַטור פֿונעם האַלב־אינדזל ערנסט באַדראָט פֿון דער אומבאַגרענעצטער מענטשלעכער אַנטוויקלונג. ווען איך בין געווען אַ יונג קינד, דאָס הייסט, מיט אַן ערך 20 יאָר צוריק, האָט מען געקענט צומאָל זען אַליגאַטאָרן און ריזיקע טשערעפּאַכעס אינעם קאַנאַל, וואָס האָט געשטראָמט הינטער מײַן זיידנס הויז. לעבן דעם הויז איז געווען אַ וואַלד, פֿון וועלכן עס זענען אָפֿט אַרויסגעקראָכן אַרמאַדילן, פֿוקסן און ריזיקע שלאַנגען. הײַנט איז אינעם געגנט ניט געבליבן קיין שום אָרט, וווּ עס זאָלן שטיין מער ווי צוויי ביימער איינער לעבן דעם אַנדערן, און אַנשטאָט דעם פּרעכטיקן וואַלד, האָט מען אויפֿגעבויט הונדערטער הײַזער. דאָס איז, מער ווייניקער, די זעלביקע וואָס געשעט מיטן גאַנצן ראַיאָן פֿון דרום־פֿלאָרידע. הײַנט איז דאָס וואַסער צו פֿאַרפּעסטיקט פֿאַר די פֿיש, שוין אָפּגערעדט פֿון אַליגאַטאָרן, און קיין איין אַרמאַדיל האָב איך ניט געזען שוין לאַנגע יאָרן. אַלצדינג גרין, פֿריש און נאַטירלעך עקזיסטירט הײַנט כּמעט בלויז אין אַ פּאָר ריזיקע „נאַטור־רעזערוואַטן‟, באַשטימטע ערטער, וווּ מע לאָזט דאָס ווילדן וואַלד צורו און וווּ עס וואַקסן ווי געהעריק די ריזיקע „באַאָבאָב‟־ביימער, וואָס פֿאַרמאָגן צענדליקער שטאַמען צו יעדן בוים.
אויך אײַנגעצוימט אין ריזיקע „רעזערוואַטן‟ זענען די גבֿירים, ווי אויך אַ סך מענטשן, וואָס געהערן צום מיטעלן־קלאַס. גלײַך אין מיטן פֿונעם אומגלייבלעכן דלות וווינען אין עשירות די פֿלאָרידער נגידים אין „פּריוואַטע קהילות‟, וואָס זענען אַרומגערינגלט מיט ריזיקע טויערן. כּדי אַרײַנצוטרעטן אין די „פֿאַרצוימטע געמיינדעס‟ דאַרף מען האָבן אַן עלעקטראָנישן שײַן, וואָס עפֿנט אויף דעם טויער; אויב ניט וועט איר דאַרפֿן פֿאַרהאַנדלען מיט די באַוואָפֿנטע וועכטער, וואָס קאָנטראָלירן, אַז קיין אומדערוואַרטע געסט זאָלן ניט אַרײַנקומען אינעם געגנט. נאָכן ערשטן וואַך־טורעם פֿאָרט מען דורך אַ צווייטן וואַך־טורעם און צומאָל אַפֿילו דורך אַ דריטן. און ווען דאָס וואָלט ניט געווען גענוג פֿאַרזיכערט, פֿאָרן גאַנץ אָפֿט פֿאַרבײַ פּריוואַטע זיכערקייט־וועכטער, וואָס ווערן באַצאָלט דורך די אײַנוווינער פֿון די „פֿאַרצוימטע געמיינדעס‟.
הינטער די ריזיקע טויערן און צוימען פֿון די רײַכע איז אַלצדינג ציכטיק און אָפּגעראַמט. די קינדער שפּילן זיך פֿראַנק־און־פֿרײַ אין זייערע פּריוואַטע פּאַרקן און ספּאָרט־פֿעלדער. ס׳זענען כּמעט ניטאָ קיין אויטאָס, וואָס פֿאָרן פֿאַרבײַ, און די וואָס מע זעט יאָ פֿירט מען גלײַך אין אַ הויז־גאַראַזש אַרײַן. כּמעט אַלע הויפֿן פֿאַרמאָגן אַ שווים־באַסיין אין מיטן פֿון אַ פּערפֿעקט־געשניטענער לאָנקע. בײַ נאַכט זענען די גאַסן באַלויכטן, די אײַנוווינער פֿאַרזיכערט הינטער זייערע טויערן, שלעסער און וועכטער מיט פּיסטוילן.
מחוץ די „נגידים־רעזערוואַטן‟ זענען דאָ גאַנץ אַנדערע פֿאַרצוימטע קהילות. ניט ווײַט פֿון דער „פֿאַרצוימטער געמיינדע‟, וווּ איך בין אײַנגעשטאַנען בײַ מײַן קוזין אין דער היים זענען דאָ צענדליקער „טריילער־פּאַרקן‟, וווּ אָרעמע־לײַט וווינען אין גרויסע אויטאָס, וואָס פֿאַרמאָגן אַ בעט, אַ קיך און אַ וואַש־צימער. הינטער די עכטע „טריילערס‟ זענען רייען פֿון קלייניקע הײַזלעך, וואָס מע דינגט לויט דער וואָך און וועלכע פֿאַרמאָגן ניט קיין וואַסער־לייטונג. די אײַנוווינער פֿון די דאָזיקע „טריילערס‟ (כאָטש קיין טריילערס זענען זיי באמת ניט ווײַל זיי קענען אין ערגעץ ניט פֿאָרן) באַנוצן זיך מיט געמיידזאַמע וואַש־צימערן און טושן. די דאָזיקע קהילות, וואָס געפֿינען זיך גלײַך אין מיטן פֿון די פֿאַרשידענע „פֿאַרצוימטע געמיינדעס‟ פֿאַר די רײַכע, פֿאַרמאָגן הונדערטער און צומאָל טויזנטער אַזעלכע „וווין־אויטאָס‟. בײַ נאַכט זענען די קליינע אומברוקירטע סטעזשקעס און געסלעך צווישן זיי אין גאַנצן טונקל, ווי אין עפּעס אַ הייל, סײַדן די אַמאָליקע בלישטענדיקע בלויע ליכט פֿון אַ טעלעוויזאָר. ס׳איז מיר שווער זיך פֿאָרצושטעלן ווי שרעקעדיק עס מוז זײַן פֿאַר אַ יונג קינד, בפֿרט אַ מיידל, צו גיין בײַ־נאַכט אויף די טונקעלע שליאַכן, כּדי צו דערגרייכן די וואַש־צימערן. קיין באַוואָפֿנטע וועכטער זענען דאָרטן זיכער ניט פֿאַראַן.
פֿון די „נגידים־רעזערוואַטן‟ ביז די „קבצנים־רעזערוואַטן‟ איז גאַנץ אָפֿט בלויז אַ פֿערטל מײַל אָבער עס וואָלט געקענט זײַן אַן אַנדער וועלט. די צוויי באַפֿעלקערונגען מישן זיך צונויף, דאַכט זיך, בלויז ווען אַ תּושבֿ פֿון הינטער די רײַכע טויערן גייט אײַנקויפֿן אין אַ רעסטאָראַן אָדער געשעפֿט, וווּ עס אַרבעט אַ תּושבֿ פֿונעם „טריילער־פּאַרק‟.
ניט ווײַט פֿון די צוויי מענטשלעכע רעזערוואַטן מיט זייער עקאָנאָמישן „אַפּאַרטײַד‟ ליגט דער ברעג־ים. די ריזיקע פּלאַזשעס, מיט וועלכע פֿלאָרידע באַרימט זיך, ווערן אין אַ סך ערטער צוביסלעך חרובֿ געמאַכט צוליב דעם, וואָס מע בויט אַלץ מער דירות־הײַזער וואָס נעענטער צום וואַסער. אין די ריזיקע „קאָנדאָ‟־בנינים, וואָס פֿאַרמאָגן אָפֿט 40 און אַפֿילו 50 שטאָק, וווינען, געוויינטלעך צײַטווײַליק, מענטשן, וואָס וווינען ס׳מערסטע פֿון דער צײַט אין אַנדערע ערטער. די בנינים אַליין בלאָקירן ניט בלויז דעם טײַערן בליק אויפֿן ים פֿון די פֿריִער־געבויטע דירות־הײַזער, נאָר אויך די זון אויף דער פּלאַזשע גופֿא. צוליב די הויכע בנינים קומט עס צומאָל אויס שווער צו געפֿינען אַן אָרט, וווּ עס זאָל בלײַבן אַ שטיקל זון, וווּ מע קען זיך אָנוואַראַמען. און פֿאַרשטייט זיך, וואָס מער מע בויט די ריזיקע בנינים, אַלץ ווייניקער שטח פֿון זאַמד בלײַבט אויף דער פּלאַזשע. בקיצור: צוליבן געיעג צו קומען אַלץ נעענטער צום אָקעאַן, מאַכט מען צו ניט דווקא דאָס, וואָס האָט די אַלע מענטשן לכתּחילה דאָרטן אַהינגעצויגן. דער דאָזיקער אַבסורדער סצענאַר, מיין איך, שפּיגלט גוט אָפּ דעם מצבֿ אינעם הײַנטיקן פֿלאָרידע: דער גאַנצער ראַיאָן זעט מיר אויס ווי אַ פֿאַרלוירענער גן־עדן, פֿון וועלכן עס בלײַבן נאָך אַלץ גענוג שפּורן, אַז מע קען זען, אַז ער איז אַמאָל געווען שיין.
און וואָס מאַכן דאָרטן די ייִדן? ס׳רובֿ פֿון זיי, ווי מײַנע באָבע־זיידע, ליגן שוין לאַנג אויפֿן בית־עולם. איך, צוזאַמען מיט מײַן פֿאָטער, מײַן מוטער און מײַן קוזין זענען געפֿאָרן דורכן אָרעמען אַפֿראָ־אַמעריקאַנער געגנט לעבן דעם בית־עולם. דער געגנט, וווּ עס געפֿינען זיך די קבֿרים פֿון אַ סך קרובֿים מײַנע, פֿלעג זײַן אַ מיטל־קלאַסיקער ייִדישער קוואַרטאַל באַפֿעלקערט פֿון דער שארית־הפּליטה, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט ניו־יאָרק מאַסן־ווײַז אין די 1970ער יאָרן. הײַנט ליגן שוין ס׳רובֿ פֿון זיי אינעם זעלביקן בית־עולם ווי מײַנע באָבע־זיידע. ווי עס פּאַסט פֿאַר פֿלאָרידע, איז דער בית־עולם אַרומגערינגלט מיט ריזיקע טויערן און פּלויטן און כּדי דאָרטן אַרײַנצופֿאָרן דאַרף מען קודם רעדן מיט אַ וועכטער. אַז מע פֿאָרט אַרײַן אינעם „גוטן־אָרט‟, וווּ עס ליגן מײַנע מאַמעס עלטערן, ווי אויך די עלטערן פֿון מײַן ברודערס פֿאָטער, באַמערקט מען, אַז ס׳זענען דאָ באמת צוויי בית־עולמס; אַ ייִדישער בית־הקבֿרות און אַ גוייִשער צווינטער, סעגרעגירט פֿונעם ייִדישן דורך נאָך צוימען. אינעם צווינטער רוט טאַקע מײַן פֿעטער.
זוכנדיק די קבֿרים פֿון מײַנע אייגענע האָבן מײַן פֿאָטער און איך געלייענט די פֿאַרשידענע מצבֿות, וואָס מיר זענען פֿאַרבײַגעגאַנגען. פֿון זיי האָט מען זיך געקענט דערוויסן וועגן די לעבנס־געשיכטעס פֿון די באַערדיקטע: אָט זעט מען אַ סימבאָל, אַז איינער האָט איבערגעלעבט אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער; אָט זעט מען אַ סימבאָל, אַז איינער האָט געקעמפֿט אינעם אַמעריקאַנער פֿלאָט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
סוף־כּל־סוף, קומען מיר אָן צו מײַן זיידנס קבֿר. דאָס לעצטע מאָל, וואָס איך האָב געזען מײַן זיידן, זענען מיר דאָרטן געפֿאָרן, כּדי צו באַזוכן די באָבע. ווי עס פֿירט זיך אין אַמעריקע, האָט מײַן זיידע פֿון פֿריִער געהאַט רעזערווירט זײַן קבֿר אונטער דער זעלביקער מצבֿה ווי זײַן פֿרוי. זײַן נאָמען און דאָס יאָר פֿון זײַן געבורט זענען שוין טאַקע דאָרטן אָנגעשריבן, מע האָט בלויז געוואַרט אויף זײַן שטאַרבן אײַנצוקריצן אויף דער מצבֿה דאָס יאָר. איך האָב אים געפֿרעגט, צי עס געפֿעלט אים דאָס אָרט, וווּ ער וועט אייביק רוען.
„ניט באמת‟, האָט ער מיר געענטפֿערט. „איך וואָלט בעסער געוואָלט מער ביימער ווי בײַ ראָזע און יוסף (מײַן ברודערס באָבע־זיידע). אָבער מילא. דער גאַנצער בית־עולם וועט סײַ ווי סײַ מיט דער צײַט אָפּגעווישט ווערן צוליב דער קלימאַט־ענדערונג. אפֿשר ווען דו ביסט שוין אין מײַן עלטער וועט מײַן מצבֿה טאַקע ניט זײַן, אַוועקגעפֿירט מיטן מבול‟.
זעקס יאָר שפּעטער, הייסט עס, מיט אַ פּאָר טעג צוריק, זאָג איך מײַן פֿאָטער און מײַן קוזין, וואָס מײַן זיידע האָט דעמאָלט געזאָגט. אַלע פֿילן זיך אומבאַקוועם. מע וויל, אַז אין אַ וועלט, וווּ אַלצדינג האַלט זיך אין איין בײַטן און זעלטן צום גוטן, אַז כאָטש די טויטע זאָלן בלײַבן שטיין אויף אַן אָרט. אָבער מײַן זיידע, אַליין אַ שטיקל נבֿיא, איז מסתּמא געווען גערעכט. עס הייבן שוין אָן טאַקע פֿאַרפֿלייצט צו ווערן ריזיקע שטיקער פֿון דרום־פֿלאָרידע, וואָס וועלן אין גיכן פֿאַרשווינדן אויף אייביק.
צו מאָל מיין איך, אַז קיין מער טרויעריק אָרט ווי פֿלאָרידע, קען פֿאַר מיר קיינמאָל ניט זײַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.