דער האָלענדישער אויסערן־מיניסטער, בערט קונדערס, האָט דערקלערט, אַז דערווײַל וועט זײַן רעגירונג נישט אָנערקענען די פּאַלעסטינער מלוכה, ווײַל אַזאַ שריט וואָלט נישט געהאָלפֿן צו באַנײַען די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מיט ישׂראל.
קונדערס, וועלכער האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש איבערגענומען דעם אַמט פֿון זײַן פּאַרטיי־חבֿר פֿון דער אַרבעטער־פּאַרטיי, פֿראַנס טימערמאַנס, האָט אויסגעדריקט די דאָזיקע דעה דעם 19טן נאָוועמבער, בעת דער יערלעכער פּלענאַרער דעבאַטע וועגן דעם בודזשעט און פּאָליטישן קורס פֿון זײַן מיניסטעריום. די וואָך האָט מען מפֿרסם געווען דעם טעקסט פֿון זײַן דעמאָלטיקן אויפֿטריט.
לויט קונדערס, דאַרף די פֿראַגע וועגן דער פּאָליטישער אָנערקענונג פֿון דער אומאָפּהענגיקער פּאַלעסטינער מדינה זײַן אַ טייל פֿון די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען. מע קאָן עס אַרײַנברענגען בלויז דעמאָלט, ווען עס וועט קומען אַ פּאַסיקער סטראַטעגישער מאָמענט.
דער אויסערן־מיניסטער האָט באַמערקט, אַז די דאָזיקע פֿראַגע האָט אַרויסגערופֿן אַן ערנסטן סיכסוך צווישן די אייראָפּעיִשע פּאָליטיקער נאָך דעם, ווי די שוועדישע רעגירונג האָט באַשלאָסן צו אָנערקענען פּאַלעסטינע. אינעם בריטישן און אירלענדישן פּאַרלאַמענט האָט מען לעצטנס אויך אָנגענומען אַן אומפֿאָרמעלע רעזאָלוציע וועגן דעם. להיפּוך, האָט דער שפּאַנישער קאָנגרעס געזאָגט, אַז ער וועט אָנערקענען די פּאַלעסטינער מלוכה נאָר ווען ישׂראל און די פּאַלעסטינער וועלן דערגרייכן אַ שטענדיקן אָפּמאַך.
פֿונדעסטוועגן, האָט קונדערס אויך באַמערקט, אַז ס׳רובֿ האָלענדער, אַרײַנגערעכנט די פּאָליטיקער אין זײַן רעגירונג, גלייבן, אַז אויב האָלאַנד וועט איצט נאָכפֿאָלגן דעם מוסטער פֿון שוועדן, וועט עס נישט גורם זײַן קיין מערקווירדיקע בײַטן אינעם שלום־פּראָצעס. דער מיניסטער האָט צוגעגעבן, אַז צוליב דעם, וואָס ישׂראל בויט ווײַטער נײַע הײַזער אויף די אָקופּירטע שטחים — אַ שריט, וואָס דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האַלט פֿאַר אַן אומגעזעצלעכער טעטיקייט — איז שווער צו באַנײַען די פֿאַרהאַנדלונגען. אַן אַנדער מניעה באַשטייט אין דעם, וואָס די פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט איז הײַנט זייער צעשפּאָלטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.