פּיטער פֿאָרגאַטשס פּרעכטיקע ווידעאָ־אויסשטעלונג, Letters to Afar (בריוו צו ווײַטע מקומות), אינעם „מוזיי פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק‟, באַשטייט פֿון עטלעכע ווידעאָ-פּראָיעקטירונגען, באַגלייט מיט מוזיק און נאַראַציע, וועלכע שילדערן, אויף אַן אינטימען אופֿן, דאָס אַמאָליקע לעבן פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.
די פֿילמען, וואָס פֿאָרגאַטש האָט געפֿונען אין די ייִוו״אָ־אַרכיוון, האָבן געמאַכט די ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע, וועלכע האָבן זיך געהאַט אַרויפֿגעאַרבעט במשך פֿון די 1930ער יאָרן, בעת זייערע וויזיטן אין זייערע היימשטעט אין לאָדזש, קראָקע, וואַרשע און ווילנע, ווי אויך קלענערע שטעטלעך, ווי נאָוועגראָד און קאָלבעסעוו. אַ טייל פֿון די פֿילמען זענען געווען פּריוואַטע, בלויז פֿאַר דער משפּחה; אַנדערע זענען געווען קאָמערציעלע פֿילמען, געמאַכט פֿון פֿאָר־אַגענטן, און אַנדערע — פֿון לאַנדסמאַנשאַפֿטן, זאַמלענדיק געלט פֿאַר ספּעציפֿישע שטעטלעך און דערפֿער אין דער אַלטער היים.
אין איין פֿילם־מאַטעריאַל, למשל, זעט מען דאָס פּנים פֿון אַ ייִנגל, אַרום 10 יאָר אַלט, אָנגעטאָן אין חסידישע מלבושים. ער שפּילט זיך מיט זײַן היטל פֿאַרן אַפּאַראַט און שמייכלט אונטער דער העלער זון. פֿילמירט האָט מען עס אין קאָזמיר (קאַזימיערץ), אַ ייִדישע געגנט אין קראָקע, אין 1935.
בעת אַן איטערוויו וועגן דער אויסשטעלונג, האָט פֿאָרגאַטש פֿאַרגליכן די היימפֿילמען מיט יענע געריכט־ווידעאָס, וואָס ווײַזן דעם זשורי ווי אַ געוויס אָרט האָט אויסגעזען, איידער ס׳איז דאָרט פֿאָרגעקומען דאָס פֿאַרברעכן. מיר ווייסן זייער ווייניק וועגן דעם חסידישן ייִנגל אין קראָקע — בלויז אַז ער האָט הנאה געהאַט, אַז מע פֿילמירט אים, און ווי אַזוי ס׳האָט אויסגעזען זײַן געסל. וואָס מיר ווייסן אָבער כּמעט אויף זיכער איז, אַז ער האָט נישט איבערגעלעבט דעם חורבן. פֿאָרגאַטש דערמאָנט דעם חורבן בכלל נישט אין דער אויסשטעלונג; ער פֿאַרלאָזט זיך אויף אונדז צו פֿאַרשטיין די טראַגעדיע, וואָס וועט באַלד באַדראָען די פּערסאָנאַזשן פֿון די פֿילמען.
דער דאָקומענטאַר־פֿילמאָגראַף אַלאַן בערלינער פֿאַרגלײַכט די אויסשטעלונג מיט אַ חתונה־ווידעאָ פֿון אַ געגט פּאָרפֿאָלק. ווען מע זעט אַזאַ ווידעאָ אַ טאָג נאָך דער חתונה, נעמט מען עס אויף גאָר אַנדערש, ווי נאָכן גט; און ווען מע זעט אַ היים־ווידעאָ אַכציק יאָר שפּעטער, ווייסט מען, אַז ס׳רובֿ פֿון די פֿיגורן אינעם פֿילם זענען שוין אויף יענער וועלט. אָבער אין די פֿילמען דאָ רעדט זיך נישט בלויז פֿון די יחידים, וואָס זענען אויסגעשטאָרבן, נאָר פֿון אַ גאַנצער באַפֿעלקערונג, אַ קולטור, אַ לעבנסשטייגער.
ווען דזשעראָלד און ליליאַן פֿראַנק באַזוכן דאָס דאָרף קאַמינקע, איז עס גלײַך ווי צוויי ניו־יאָרקער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט וואָלטן אַרײַנגעטראָטן אין דער וועלט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. בעת מע זעט דעם ווידעאָ הערט מען אַ באַריכט, וואָס דזשעראָלד פֿראַנק האָט אָנגעשריבן, דערציילנדיק ווי בײַם אײַנפּאַקן זיך, כּדי צוריקצופֿאָרן קיין אַמעריקע, האָבן ער און זײַן פֿרוי אַוועקגעגעבן כּמעט זייער גאַנץ געלט, מעדיקאַמענטן און קליידער. אַ דעלעגאַציע עלטערע לײַט פֿון קאַמינקע קומט צו צו זיי („אויסגעזען האָבן זיי ווי פֿון מיטל־עלטער — מאָדנע און אומפֿאַרגעסלעך‟, דערקלערט דזשעראָלד פֿראַנק). די ייִדן זאָגן, אַז דאָס איז בלויז דאָס צווייטע מאָל וואָס אַן אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק באַזוכט קאַמינקע במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 50 יאָר. „מיר בעטן אײַך, דערציילט די ייִדן אין אַמעריקע, ווי שווער ס׳איז אונדז דאָ,‟ האָבן די פֿאָרשטייער געבעטן.
אַ פֿילם פֿון נאָוועגראָד, געמאַכט אין 1931 פֿונעם פּרעזידענט פֿון דער נאָוועגראָדער לאַנדמאַנשאַפֿט, אַלכּסנדר האַרקאַווי, איז מער אָפּטימיסטיש־געשטימט. מע זעט אַ צאָל שילן, בענק, ביבליאָטעקן, דעם ייִדישן שפּיטאָל, אַ פֿוסבאָל־קלוב, אַ לעש־קאָמאַנדע. האַרקאַווי אַליין זעט מען ווי ער טרעפֿט זיך מיטן בירגער־מײַסטער אינעם הויפּטמאַרק. „קומענדיק אין נאָוועגראָד האָבן מיר זיך געשטעלט טרערן אין די אויגן,‟ זאָגט האַרקאַווי. „ס׳איז שוין געווען 43 יאָר זינט איך האָב פֿאַרלאָזט דאָס אָרט פֿון מײַן וויג… כ׳האָב געמיינט, ס׳וועט אויסזען גאָר אַנדערש, אָבער דער מאַרק האָט אויסגעזען פּונקט ווי אַמאָל.‟
בעת אַ שמועס מיט אַלען בערלינער, האָט פֿאָרגאַטש זיך אַליין באַצייכנט גיכער ווי אַן אַנטראָפּאָלאָג אָדער אַרכעאָלאָג, איידער אַ קינסטלער. די אָריגינעלע מוזיק פֿון די „קלעזמאַטיקס‟, וואָס מע הערט אין הינטערגרונט, פֿאַרטיפֿט אונדזער פֿאַרבינדונג מיט די סוביעקטן אין פֿילם. די טאָג־טעגלעכע, כּמעט באַנאַלע, סצענעס שאַפֿן אַ זעלטענע נאָענטקייט צווישן אונדז און זיי: אַ מיידל שמירט זיך אָן די ליפּן מיט פּאָמאַדע; דער עולם וואָס פֿאַרזאַמלט זיך, ווען עס קומט אָן אַן אויטאָבוס אין שטעטל; אַ טוריסט פּרוּווט, מיט שוועריקייטן, זיך פֿאַרשטענדיקן מיט אַ מאַרק־הענדלער.
פֿאָרגאַטשס ציל איז, אַ פּנים, אַרויסצוהייבן געוויסע זכרונות פֿון יחידים, וואָס ער האָט אַרויסגעצויגן פֿון דער קאָלעקטיווער געשיכטע. דערבײַ האָט ער געפֿונען אַ שפּאָגל־נײַעם אופֿן ווי אַזוי יענע געשיכטע איבערצוגעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.