אומעטום זוכט מען די נשמה

In Search of the Soul


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published November 30, 2014, issue of December 19, 2014.

עס שטייט געשריבן, אַז גאָט האָט באַשאַפֿן דעם אדם הראשון, דעם סאַמע ערשטן מענטשן פֿון שטויב, און זײַן נשמה פֿון הימל. עס ווענדט זיך נאָר אין אים ווי צו האַנדלען. הײַנט איז די וועלט פֿאַרטאָן אין ספּיריטואַליזם, מען רעדט וועגן עפּעס אַ „ספּיריט‟, איך בין נישט זיכער צי זיי מיינען די נשמה, דעם רוח צי דאָס פֿלעשעלע מיט ספּיריט, משקה. ווער רעדט שוין פֿון די אַלע רעליגיעס, וואָס די וועלט האָט זיך צוגעאײגנט? יעדע איינע פֿון זיי האָט צוגעטראַכט זייערס אַן אייגענע ווערסיע פֿון נשמה־זוכעניש.

דאָס וואָרט „נשמה‟, וואָס קומט צו אונדז פֿון לשון־קודש „נשימה‟ — דער אָטעם, איז אַ גוטע טעמע פֿאַר ספּעקולאַציע. ווער עס האָט אַ האַנט און אַ פֿוס פּאָרעט זיך מיט זײַן דערקלערונג וווּ עס געפֿינט זיך די נשמה אין מענטשן.

שטייט זי אײַן אין די טיפֿענישן פֿון די אינגעווײדן פֿון אַ מענטשן, און ווער ווייסט ווו די אינגעווײדן געפֿינען זיך? שטייט זי אײַן אין האַרץ, אין קאָפּ, אין גײַסט? קיינער האָט זיך נאָך נישט אָנגעשטויסן אין איר, ווייסט מען נישט עד־היום ווי זי זעט אויס און מיט וואָס זי שמעקט. דער פֿאַרשטאָרבענער ראַבײַ שלמה קאַרלעבאַך האָט אַפֿילו אַ נאָמען געגעבן איינע פֿון זײַנע טעכטער — נשמה. ווער ווייסט ווי זי גיט זיך אַן עצה מיט אַזאַ נאָמען?

אין זײַן פּיעסע „דער דיבוק‟, באַווײַזט ש. אַנ־סקי, דער מחבר פֿון זײַן טראַגישן סוזשעט, איבערפֿצולאַנצן די לעבעדיקע נשמה פֿון זײַן טויטן העלד חנן, דעם עמפֿינדלעכן ישיבֿה־בחור, אין גוף פֿון זײַן געליבטער לאה. פֿאַראַן אין בוך בײַ אבֿרהם רעכטמאַנען, איינער פֿון די זאַמלער פֿון דער אַנ־סקי־עקספּעדיציע, צווישן די יאָרן 1911 ביז 1914, אַ סעריע ווערסיעס פֿון דיבוקים וואָס האָבן זיך אויסגעפּיקעט און אונדזער פֿאָלקס־פֿאַנטאַזיע. איינע פֿון זיי האָט צו טאָן מיט צוויי ישיבֿה־בחורים — איינער שטאַרבט און זײַן נשמה דרינגט אַרײַן אין זײַן בעסטן חבֿר, מיט וועלכן ער האָט געלערנט אין דער ישיבֿה.

איז ווי קום איך פּלוצעם פֿון דער הוילער הויט אַרויס זיך אָפּצושטעלט אויף דיבוקים? איז די מעשה אַזאַ. איך האָב זיך ווידער גענומען צו לערערײַ און קום אַמאָל אין קלאַס, איידער מײַן לעקציע פֿאַנגט זיך אָן. אין צווישנצײַט גייט נאָך דער לערער אָן מיט זײַן לעקציע וואָס האָט צו טאָן מיטן „תּלמוד‟. ער איז אַ יונגער און זשוואַווער יונגערמאַנטשיק, וואָס לעבט אויף זײַן קלאַס מיט תּלמודישע אויסצוגן, פֿאַרשטייט זיך — אויף ענגליש.

דאָס מאָל איז געגאַנגען אַ רייד וועגן דער נשמה. דער לערער האָט פּרובירט מסביר צו זײַן זײַן קלאַס וווּ די נשמה געפֿינט זיך, און איך בין אויסגעגאַנגען פֿאַר נײַגעריקייט צו דערגיין דעם סוד. ער ווײַזט אָן אויפֿן האַרצן און דערמאָנט, אַז די נשמה קען זיך אויך געפֿינען אין מוח פֿון אַ מענטשן. און ווען דער מענטש הויכט אויס די נשמה, דעמאָלט איז אַלץ פֿאַרפֿאַלן, דער מענטש האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ניפֿטר.

שטעלט זיך אויף אַ פֿרוי און פֿרעגט דעם לערער אַן אינטערעסאַנטע פֿראַגע: „זאָגט מיר, ר’ לערער, אויב די נשמה געפֿינט זיך טאַקע אין האַרצן פֿון אַ מענטשן, וואָס געשעט אָבער ווען דער מענטש באַקומט אַ פֿרעמד האַרץ פֿון אַ פֿרעמדן? איז עס נישט מעגלעך אַז יענע ניפֿטר האָט אויך פֿאַרמאָגט אַ נשמה? וווּ איז אַהינגעקומען זײַן נשמה ווען מען האָט אַמפּוטירט זײַן האַרץ? און וווּ איז אַהינגעקומען די נשמה פֿונעם מענטשן, וואָס האָט באַקומען אַ נײַ האַרץ?

דער לערער איז געוואָרן אויף אַ רגעלע צעטומלט. טאַקע, וואָס געשעט דעמאָלט? האָט ער געטראַכט, אָבער ער האָט זיך נישט פֿאַרלוירן און געקומען מאָמענטאַל צו זיך מיט אַן ענטפֿער: „די נשמה געפֿינט זיך איבערן גאַנצן לײַב און לעבן, דער עיקר אין מוח.‟

אין דעם איז אויפֿגעשטאַנען אַ צווייטע בחורטע און דערלאַנגט אַ וויץ, וואָס האָט געהאַט גרויס שייכות צום מוח. זי האָט שווער אָפּגעאָטעמט, אויסגעגליכן די ביינער און גענומען דערציילן:

אַז מען רעדט שוין וועגן איבערפֿלאַנצונגען, איז געקומען די צײַט, ווען מען האָט גענומען טראַכטן וועגן איבערפֿלאַנצן דעם מוח אויך פֿון אַ מענטשן. האָט זיך אָפּגעזוכט אַ כירורג, דווקא אין אַן אַפֿריקאַנער לאַנד, וועלכער האָט זיך אויסגעצײכנט אין איבערפֿלאַנצן מוחות פֿון מענטשן. מען האָט גאָרנישט געקענט צוקומען צו דעם דאָקטער אין אַפֿריקע, אַזוי פֿאַרנומען איז ער געווען מיט איבערפֿלאַנצן מוחות בײַ מענטשן.

האָט זיך געפֿונען אַ מענטש אַ גבֿיר אין אַמעריקע, וועלכער האָט זיך שטאַרק גענייטיקט אין איבערפֿלאַנצן זײַן מוח ווײַל זײַנער איז שוין געווען שטאַרק באַשעדיקט. האָט ער זיך געוואָנדן צו יענעם אַפֿריקאַנער כירורג. דער דאָקטער האָט אים געהייסן מאַכן אַ באַשטעלונג און קומען אַזוי שנעל ווי מעגלעך.

קומט דער מענטש קיין אַפֿריקע, זוכט אויס דעם באַרימטן מוח־כירורג, און יענער לייגט אים פֿאָר גלײַך גיין אונטערן מעסער, מיט איין באַדינג: „ר’ מענטש, איר זײַט פֿון די גליקלעכע. איך האָב פּונקט הײַנט אַרײַנבאַקומען צוויי מוחות גרייט פֿאַר איבערפֿלאַנצונג. איין מוח געהערט צו אַ מאַן און דער צווייטער — צו אַ פֿרוי. אויב איר קלײַבט אויס דעם מוח פֿון דעם מאַן וועט עס אײַך קאָסטן אַ קימא לן פֿון אַ מיליאָן דאָלער. אויב אָבער איר וועט אויסקלײַבן דעם מוח פֿון דער פֿרוי, וועט עס אײַך בסך־הכּל קאָסטן צען טויזנט דאָלער.‟

דאָ איז דער פּאַציענט געבליבן פֿאַרחידושט: „דאָקטער, וואָס איז דער אונטערשייד צווישן די צוויי מוחות?‟ דער דאָקטער האָט מיט אַן ערנסטער מינע אָנגעקוקט דעם פּאַציענט און געענטפֿערט: „איר פֿאַרשטייט, ר’ מענטש, דער פֿרויס מוח איז שוין אַ גענוצטער!” פֿאַרשטייט זיך, אַז דער קלאַס מיטן לערער צוזאַמען זײַנען אויסגעשאָסן אין אַ געלעכטער.

אָבער די פֿראַגע פֿון דער נשמה, אויב זי געפֿינט זיך אין האַרצן צי אין מוח איז נישט פֿאַרענטפֿערט געוואָרן. דער מענטש באַשטייט טאַקע סך־הכּל פֿון בשׂר־ודם, בלוט און פֿלייש, און ווי דער חומש לאָזט אונדז וויסן, באַשטייט דער מענטש פֿון שטויב און פּאָרעך. און גאָט האָט אין אים אַרײַנגעאָטעמט אַ נשימה, און דער מענטש איז געקומען צו זיך.

הייסט עס, אַז מיר האָבן זיך דורך די טויזנטער יאָרן דאָראָבעט צו אַ נשמה, צו שׂכל, צו גילדענע חלומות, צו טרויער און פֿרייד, צו ליבע און האַס, צו קינאה און שׂינאה, צו רויבן און שעכטן, און אין צווישן — פֿליִען מיר צו דער לבֿנה, אפֿשר פֿאָרט וועלן מיר דאָרטן געפֿינען בלאָנדזשענדיקע נשמות, וואָס וואַנדערן אַרום ווי פֿאַרלוירענע שעפֿעלעך צווישן האַרץ און מוח, און זוכן אַ מקום־מקלט, אַ רו־פּלאַץ.

ווי זאָגט דאָס ייִדישע ווערטל: וואָסי, מײַן נשמה איז אַ ראָזשינקע? גיי ווייס וווּ זי שליאָנדערט זיך דאָס אַרום אין מיר, אין האַרצן וווּ זי טיאָכקעט צום טאַקט פֿון אַ באַראַבאַן, צי אין מוח ווו זי לעשט אויס פּאַמעלעך די לעמפּעלעך, וואָס שטייען איר אין וועג פֿון אַ העלן פֿרימאָרגן? דער רוח ווייסט…