מיט הונדערט יאָר צוריק, דעם 24סטן נאָװעמבער 1914 איז דערעפֿנט געװאָרן אין בוענאָס־אײַרעס דער „רויזן־גאָרטן‟, איינער פֿון די שענסטע פּאַרקן אין שטאָט. 8,000 רויזן פֿון 93 פֿאַרשיידענע סאָרטן רופֿן אַרויס באַװוּנדערונג בײַ די באַזוכער. צום צװייטן מאָל האָט הײַיאָר דער פּאַרק באַקומען די װיכטיקסטע אינטערנאַציאָנאַלע פּרעמיע, װאָס װערט פֿאַרטיילט דורך דער װעלט־פֿעדעראַציע פֿון רויזן־געזעלשאַפֿטן פֿאַר „דער שיינקייט, די געשיכטע און דערציִערישע װערטן‟. צװישן די רויזן, אין דעם „גאָרטן פֿון די שרײַבערס‟, געפֿינען זיך די ביוסטן פֿון װעלט־באַרימטע שרײַבער, און אין 2006, צו די 150 יאָר פֿון שלום־עליכמס געבורט־טאָג, האָט דער אַרגענטינער ייִװאָ אויפֿגעשטעלט זײַן ביוסט. שלום־עליכם געפֿינט זיך לעבן כאָרגע לויִס באָרגעס.
דאָנערשטיק, דעם 18טן נאָוועמבער האָט די „דאַיאַ‟ פֿאַרעפֿנטלעכט איר באַריכט װעגן אַנטיסעמיטיזם אין אַרגענטינע פֿאַרן יאָר 2013. דאָס איז פֿאָרגעקומען אין זיצונג־זאַל פֿון דעם בוענאָס־אײַרעסער אוניװערסיטעט. דער באַריכט נעמט אַרײַן 236 פֿאַלן, װאָס דער צענטער פֿאַר סאָציאַלער פֿאָרשונג אַרבעט אויס שוין 16 יאָר. דער רעקטאָר אַלבערטאָ באַרביעראָ האָט אין זײַן װאָרט געזאָגט, אַז דער אוניװערסיטעט דאַרף פֿאַרטיידיקן מענטשנרעכט און די פֿרײַהייט פֿון טראַכטן, און זײַן אַנדערש אין אַ קאָמפּליצירטער װעלט, וווּ אַ סך מענטשן טאָלערירן ניט צווישן זיך.
דער װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟ האָט געזאָגט, אַז דער אַנטיסעמיט איז אַ מענטש, װאָס פֿאַרמאָגט ניט קיין ליבע. אין עקסטרעמע פֿאַלן האָט ער געקענט „אַרבעטן‟ אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער, און נאָך זײַן אַרבעט אַהיימקומען און קושן זײַנע קינדער. די אָנפֿירערין פֿון צענטער פֿאַר סאָציאַלע שטודיעס, מאַריסאַ ברײַלאַן האָט דערקלערט די אַרבעט פֿון אויסאַרבעטן דעם באַריכט, און זי האַלט, אַז אין דעם באַריכט פֿאַרן הײַנטיקן יאָר װעלן די פֿאַלן פֿון אַנטיסעמיטיזם זיך היפּש העכערן איבער די געשעענישן אין מיטעלן־מיזרח. עס זײַנען בײַגעװען בײַ דער פּרעזענטאַציע פּראָפֿעסאָרן, סטודענטן, זשורנאַליסטן און אַ גרויסער עולם, װאָס האָט איבערגעפֿולט דעם זאַל.
די „דאַיאַ‟ און די קהילה האָבן שאַרף רעאַגירט אויף די אויפֿשריפֿטן, װאָס האָבן באַשמוצט די דירה פֿון סערגיאָ שפּאָלסקי. שפּאָלסקי איז אַ קאָנסערװאַטיװער ראַבינער, װאָס האָט פֿאַרנומען דעם אַמט פֿון דעם קאַסירער אין דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה; געװען דער אייגנטימער פֿון אַ באַנק, װאָס האָט באַנקראָטירט מיט אַ 15 יאָר צוריק, און איז הײַנט דער באַלעבאָס פֿון צײַטונגען און טעלעװיזיע־קאַנאַלן, װאָס שטיצן די פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג, און װאָס באַקומט אַ הויכן פּראָצענט פֿונעם אָפֿיציעלן בודזשעט פֿאַר פּראָפּאַגאַנדע. די אויפֿשריפֿטן האָבן געמאָלדן: „דאָ װוינט דער געבעלס פֿון קריסטינאַ (די אַרגענטינער פּרעזידענטין)‟. אַזאַ אָנגריף, האָט דערקלערט די אָנפֿירערשאַפֿט פֿונעם ייִשובֿ באַנאַליזירט דעם חורבן און דעם זכּרון פֿון די אומגעקומענע, און טראָגט נישט בײַ צו אַ פּלוראַליסטישער און טאָלעראַנטער געזעלשאַפֿט, און טאָר זיך מער נישט איבערחזרן.
די שרײַבערין און זשורנאַליסטין סילװיאַ פּלאַגער האָט פּרעזענטירט איר לעצט בוך „די ייִדישע קיך‟. דאָס בוך איז ניט נאָך אַ בוך מיט רעצעפּטן פֿון ייִדישע מאכלים; די מחברין האָט דערקלערט אין איר װאָרט, אַז מען קען זיך ניט דערנענטערן צו דער קולטור פֿון אַ פֿאָלק, אויב מען פֿאַרשטייט נישט זײַנע מאכלים. זי האָט אויך אַרײַנגענומען ביאָגראַפֿיעס און רעצעפּטן פֿון אָנגעזעענע אינטעלעקטואַלן פֿון אונדזער צײַט. דערמיט האָט זי פֿאַרװאַנדלט איר בוך אויך אין לעבנס־געשיכטעס, ייִדיש־אַרגענטינער קולטור און געמאַכט אַ בײַטראָג פֿאַר די נײַע דורות.
דער 5טער נומער פֿון „העפֿטן פֿון חורבן‟ איז פּרעזענטירט געװאָרן אין דעם „גאָלדענעם זאַל‟ פֿונעם פּאַרלאַמענט אין דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס. דער זשורנאַל װערט פֿאַרטיילט אומזיסט אין די שולן, ביבליאָטעקן, אוניװערסיטעטן, אינסטיטוציעס און צװישן זשורנאַליסטן און יחידים, װאָס לויבן די װיכטיקייט פֿון אַזאַ אויסגאַבע. דער נומער איז געװידמעט דער פֿרוי, און שליסט אײַן אַרבעטן װעגן דעם לעבן און דעם גורל פֿון די פֿרויען, װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן און לעבן אין אַרגענטינע. די דעפּוטאַטן האָבן גערעדט פֿון דער דערציִערישער טעטיקייט פֿון „דורות פֿון חורבֿן‟, דעם צװייטן דור פֿון דער שארית־הפּליטה, װאָס גיט אַרויס דעם זשורנאַל. מען האָט געהערט עדות פֿון פֿרויען, און בײַ דער געלעגנהייט האָט דער עולם, איבער 500 מענטשן, געפֿײַערט אויך דאָס צענטע יאָר פֿון דער אינסטיטוציע.
דער ייִדישער װעלט־קאָנגרעס האָט אָרגאַניזירט אין פּראָג דעם ערשטן צוזאַמענקום פֿון די עקזעקוטיװ־דירעקטאָרן פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס. פֿאָרשטייער פֿון אַ 40 לענדער האָבן זיך באַטייליקט אויף די זיצונגען דעם 16טן און 17טן נאָװעמבער, װוּ די פּראָפֿעסיאָנאַלן האָבן באַהאַנדלט די לאַגע פֿון די ייִשובֿים און פֿון די ייִדישע אינסטיטוציעס איבער דער גאָרער װעלט. 7 לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִשובֿים האָבן געשיקט פּראָפֿעסיאָנאַלן, און פֿון אַרגענטינע האָבן זיך באַטייליקט די דירעקטאָרן פֿון דער „דאַיאַ‟, די קהילה און פֿונעם לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדישן קאָנגרעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.