דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט באַשולדיקט דעם פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, מאַכמוד אַבאַס, אינעם אויפֿהעצן די פּאַלעסטינער קעגן די ישׂראלים. אַבאַס האָט געטענהט, אַז די ישׂראלדיקע מלוכה פֿירט אַ פּאָליטיק פֿון גענאָציד, און באַצייכנט דעם צײַטווײַליקן שלוס פֿונעם צוטריט צום הר־הבית נאָך אַ טעראָר־אַטאַק ווי אַ „דעקלאַראַציע פֿון אַ מלחמה‟. פֿונדעסטוועגן, איז די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע צופֿרידן מיט זײַן פּרעזידענט־ראָלע, וואָס אַבאַס פֿירט אויס שוין במשך פֿון נײַן יאָר.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז נתניהו איז אויך צופֿרידן דערמיט. די פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע באַקומט יעדעס יאָר אַ האַלב מיליאַרד דאָלאַר פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און וועט כּמעט זיכער ווײַטער באַקומען, כּל־זמן אַבאַס שטייט אויף איר שפּיץ. פֿון דער צווייטער זײַט, איז די ישׂראלדיקע רעגירונג נישט פֿאַראינטערעסירט אינעם פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿון דער אויטאָנאָמיע.
דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער איז דער עזה־פּאַס חרובֿ געוואָרן נאָך דער מלחמה. להיפּוך, פֿירט אַבאַס אָן מיטן רעלאַטיוו־רויִקן מערבֿ־ברעג, וווּ דער מצבֿ איז אַפֿילו שטילער, ווי אין ירושלים, וווּ אין די לעצטע וואָכן בושעווען די נאַציאָנאַליסטישע קאָנפֿליקטן. אויב אַבאַס וואָלט אַוועק, צוזאַמען מיט זײַן אויטאָנאָמיע, וואָלט „כאַמאַס‟ איבערגענומען דעם קאָנטראָל איבער דעם דאָזיקן שטילן ראַיאָן.
כוסאַם זאָמלאָט, אַן עצה־געבער פֿונעם פּאַלעסטינער פּרעזידענט אין אויסערן־ענינים, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער האָט זיך געשאַפֿן אַ פֿעסטער קאָנסענסוס, ווײַל די עקזיסטענץ פֿון דער אויטאָנאָמיע און דער „אָרגאַניזאַציע פֿאַר דער פּאַלעסטינער באַפֿרײַונג‟ איז אַ טובֿה פֿאַר ביידע צדדים. צוליב דער קאָאָפּעראַציע צווישן דעם צה״ל און די פּאַלעסטינער זיכערהייט־כּוחות, ווערט דער מערבֿ־ברעג אָפּגעהיט פֿון אַ מעגלעכן סאָציאַלן אויפֿרײַס.
לויט די אַמעריקאַנער געזעצן, מוז די פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע באַקעמפֿן די גוואַלד־העצע אויף איר טעריטאָריע, אויב זי וויל ווײַטער באַקומען די שטיצע פֿון וואַשינגטאָן. במשך פֿון די לעצטע חדשים, האָט די ישׂראלדיקע לאָבי, „אייפּעק‟, דווקא געבעטן די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע צו שטיצן די פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, ווי אַ נייטיק מיטל צו מאַכן זיכער, אַז אַבאַס וועט ווײַטער קאָאָפּערירן מיט ישׂראל אין די זיכערהייט־ענינים, און כּדי אָפּצוהיטן דעם מערבֿ־ברעג פֿון דער השפּעה מצד „כאַמאַס‟.
יאַסיר אַראַפֿאַט האָט אַנטדעקט בעת דער צווייטער אינטיפֿאַדע אין די 2000ער יאָרן, אַז ווען מע דאַרף אָפּשטעלן די גוואַלד־מעשׂים, איז עס נישט גרינג צו דערגרייכן. זײַן נאָכקומער, אַבאַס, פֿירט אַ סכּנותדיקע פּאָליטיק מיט זײַנע אַנטי־ישׂראלדיקע אויפֿטריטן. מיטאַמאָל, קאָאָפּערירט ער מיט ישׂראל און שטיצט די פּאָפּולערע אויפֿשטענדלערישע שטימונגען צווישן די פּאַלעסטינער. דערווײַל אָבער, שפּילט ער די נייטיקע ראָלע אינעם באַלאַנס צווישן די צדדים פֿונעם קאָנפֿליקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.