אינעם קליינעם זאַל פֿון פּאַריזער „ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק‟, האָט זיך די לעצטע וואָך אָפּגעשפּילט דווקא נישט קיין קליין געשעעניש. אין די ראַמען פֿונעם צענטערס „טרוים–טעאַטער“, אונטער דער רעזשי פֿון שאַרלאָט מעסער און מיט דער טעכנישער אָנפֿירונג פֿון אַליק מעסער, איז געשטעלט געוואָרן דער מאָנאָלאָג „אויפֿן האַלבוועג פֿון בענקשאַפֿט“, לויט דער נאָוועלע פֿון באָריס סאַנדלער מיטן זעלבן נאָמען.
אויסגעפֿירט דעם מאָנאָלאָג האָט אַניק פּרים–מאַרגוליס, וואָס האָט שוין אין די פֿריִערדיקע סעזאָנען, שפּילנדיק אין דער טרופּע פֿון „טרוים–טעאַטער“, זיך אויסגעצייכנט מיט איר ממש איבערראַשנדיקער אַקטיאָרישער פֿעיִקייט. פֿיר מאָל איז דער מאָנאָלאָג פֿאָרגעשטעלט געוואָרן — בײַ די צוויי לעצטע איז בײַגעווען דער מחבר אַליין, וועלכער איז ספּעציעל געקומען פֿון ניו–יאָרק — און צוגעצויגן קנאַפּע צוויי הונדערט צוקוקערס.
די העלדין פֿון סאַנדלערס מאָנאָלאָג איז אַן עלטערע ייִדישע פֿרוי פֿון בעסאַראַביע, וואָס איז געקומען קיין ישׂראל מיט דער גרויסער אַרויספֿאָר–כוואַליע פֿון די נײַנציקער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. זי געפֿינט זיך שוין זיבן יאָר אין לאַנד, עלנט אַליין, ווײַט פֿון איר פֿאַרלאָזטער היימישער וועלט און פֿון די קינדער, וואָס האָבן בעסער געוואָלט אויסוואַנדערן קיין קאַנאַדע און דײַטשלאַנד. סאַנדלער ווײַזט אין זײַן שאַפֿונג די אומגעהײַערע איינזאַמקייט פֿון אַ גאַנצן ייִדישן דור פֿון מיזרח–אייראָפּע, אַ שווער געליטענעם, אַ קוים לעבן–געבליבענעם פֿון חורבן. מיט צרות האָט זיך דער דאָזיקער דור דערשלאָגן צו אַ שטיקל אייגן לעבן אין די ענגע באַדינגונגען פֿון קאָמוניסטישן רעזשים. די גליקן פֿון דער עמיגראַציע האָבן פֿאַר אַזעלכע מענטשן אָפֿט מאָל זיך אויסגעלאָזט מיט אַ לעצטער, דראַמאַטישער צעטרייסלונג.
שיכט נאָך שיכט דעקט סאַנדלער אויף די באַזונדערקייט פֿון דער דאָזיקער שטילער ייִדישער טראַגעדיע. די שווערע שטימונג פֿונעם סיפּור–המעשׂה ווערט דאָ–און–דאָרטן לײַכט ניואַנסירט דורך דער שפּראַך: פֿון דער העלדינס מויל דערגייען צו אונדז נישט נאָר זיפֿצן, נאָר אויך אָפּקלאַנגען פֿון באָריס סאַנדלערס פֿאָלקישן בעלצער ייִדיש, פֿון וועלכן ער שלאָגט אַרויס אַ פֿונק חן צו באַלײַכטן דעם פֿינצטערן סך–הכּל. אַניק פּרים–מאַרגוליס פֿאַרקערפּערט סאַרוניען — אַזוי הייסט די העלדין — מיט עכטן טאַלאַנט. פּלעפֿנדיק איז איר מעטאַמאָרפֿאָזירן זיך אין דער אַלטער קראַנקער פֿרוי, מיט אַלע אירע זשעסטן און באַוועגונגען, מיט דער געבראָכנקייט פֿונעם קול, מיטן נישט–היגן בליק, וואָס איז פֿאַרקוקט אויפֿן אַמאָל, ווי אויף אַ יענוועלטיקן חלום.
די רעזשיסאָרין שאַרלאָט מעסער האָט מיט איר שטענדיקער געניטשאַפֿט געזאָרגט, אַז דער ספּעקטאַקל זאָל זיך באַקומען איבערצײַגנדיק און נישט לײַדן פֿון איינטאָניקייט. זי האָט דאָס דערגרייכט סײַ דורך דעם אַרײַנברענגען קורצינקע, נאָר זייער געראָטענע איבעררײַסן אין דער מאָנאָלאָגיסטישער סטרוקטור, סײַ דורך אָריענטירן די אַקטריסע אין די איידעלע שאַטירונגען פֿון שטים און באַוועגונג, וואָס צייכענען דעם צווישנשייד צווישן פֿאַרטרוימטע זכרונות און איצטיקער ווירקלעכקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.