די וואָך האָט דער רעפּובליקאַנער סענאַטאָר פֿון טעקסאַס, טעד קרוז, זיך געטראָפֿן מיט אַ צאָל פּאָטענציעלע ייִדישע מנדבֿים, בעת ער הייבט אָן קלערן וועגן קאַנדידירן פֿאַר פּרעזידענט פֿאַר די וואַלן פֿון 2016.
דער וויכטיקסטער אָוונט פֿאַר אים איז געווען זײַן אויפֿטריט ווי דער גאַסטרעדנער זונטיק אָוונט בײַם יערלעכן באַנקעט פֿון דער „ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע‟ (ZOA), וווּ אַלען דערשאָוויץ, זײַן געוועזענער פּראָפֿעסאָר אין האַרוואַרד יוריספּרודענץ־שול, האָט אים געמאַכט אַ באַגײַסטערטן אַרײַנפֿיר. מע האָט אים דאָרט אויך געזען שמועסן מיט אלי וויזעל.
קרוז האָט שוין אַרויסגערופֿן אַ סך לויב פֿאַר זײַן פֿעסטער איבערגעגעבנקייט צו מדינת־ישׂראל. אין סעפּטעמבער, למשל, האָט ער, ווי דער גאַסטרעדנער פֿון אַ קאָנפֿערענץ צו באַשיצן קריסטן אינעם מיטעלן מיזרח, קריטיקירט די אַנטי־ישׂראלדיקע שטימונג אין זאַל, דערקלערנדיק: „אויב איר וועט נישט שטיצן ישׂראל און די ייִדן, וועל איך אײַך נישט שטיצן,‟ און איז תּיכּף אַרויס פֿון זאַל.
ווי אַ שטערן פֿון דער שטאַרק־רעכטער „טיי־פּאַרטיי‟, ווייסט קרוז, אַז די ייִדישע שטימע וועט אים ווייניק העלפֿן אין די רעפּובליקאַנער נאָמיניר־וואַלן, ווײַל ווייניק ייִדן זענען רעגיסטרירט ווי רעפּובליקאַנער. אָבער די ייִדישע פֿילאַנטראָפּן קאָנען אים יאָ שטאַרק צו־נוץ קומען — בפֿרט אויב ער קען באַקומען אַ נדבֿה פֿון דעם קאַסינאָ־מאַגנאַט און מעגאַ־פֿילאַנטראָפּ שעלדאָן איידלסאָן, וועלכער איז געווען דער גרעסטער מנדבֿ פֿאַר די רעפּובליקאַנער קאַנדידאַטן אין 2012.
קוואַלן האָבן איבערגעגעבן, אַז קרוז האָט זונטיק אין דער פֿרי זיך געטראָפֿן פּריוואַט מיט איידלסאָן, און זיי זענען אויך געזעסן צוזאַמען אויפֿן באַנקעט. הגם די New York Observer האָט כּלומרשט ציטירט איידלסאָן, אַז קרוז איז „צו רעכט־געשטימט‟ און וועט מסתּמא נישט געווינען די וואַלן, האָט איידלסאָן, אַן אויפֿגעבראַכטער, דערנאָך אַליין אָנגעקלונגען דעם Observer און דערקלערט: „נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז איך בין געווען דער איינציקער מענטש אין צימער מיט מיסטער קרוז, בין איך דער איינציקער, וואָס ווייסט מײַנע געפֿילן וועגן דעם סענאַטאָר.‟
קרוז איז אויך געווען אַ גאַסט אויף עטלעכע פּריוואַטע טרעפֿונגען מיט די מאַגנאַטן דזשיימס טיש און מײַקל סטײַנהאַרדט, צוויי געשעפֿטסלײַט־פֿילאַנטראָפּן, וועלכע זענען מער צענטריסטיש־געשטימט ווי איידלסאָן. לויט דעם Observer, האָט סטײַנהאַרדט אויסגעדריקט ספֿקות, צי קרוז וועט טאַקע קענען געווינען די רעפּובליקאַנער נאָמינאַציע.
אָבער אויף דער ZOA־באַנקעט איז קרוז זיכער געווען דער „שטערן‟ פֿונעם אָוונט — נישט קיין קליינער אויפֿטו, ווען מע נעמט אין באַטראַכט, ווער ס׳זענען געווען די געסט. אַחוץ איידלסאָן, זענען אויך בײַגעווען הרבֿ שמואלי בוטח; דער גרינדער פֿון Home Depot — בערני מאַרקוס, און דער פּראָ־ישׂראלדיקער באַרימטער קריסטלעכער פֿירער, דזשאָן הייגי.
„די דראָונג קעגן ישׂראל איז הײַנט ערגער ווי ס׳איז אַ מאָל געווען,‟ האָט קרוז דערקלערט פֿאַר די כּמעט 1,200 געסט. „מיר מוזן איצט געפֿינען פֿירער, וועלכער טרעטן אויף מיט פֿעסטע אַקציעס. איצט, נאָך מער ווי פֿריִער, איז די צײַט צו פֿאַרשטאַרקן די אייביקע פֿרײַנדשאַפֿט און אַליאַנץ צווישן אַמעריקע און ישׂראל.‟
קרוז האָט, אַוודאי, זיך אַליין פֿאַררעכנט ווי איינער פֿון יענע געטרײַע שטיצער, און ס׳איז טאַקע נישט קיין גוזמא. דעם פֿאַרגאַנגענעם יולי, נאָך דעם ווי אַ „כאַמאַס‟־ראַקעט האָט געלאַנדעט אַ מײַל פֿונעם „בן־גוריון פֿליפֿעלד‟ און די FAA האָט פֿאַרווערט די אַמעריקאַנער עראָפּלאַנען צו פֿליִען קיין ישׂראל, האָט קרוז אומדירעקט באַשולדיקט די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע אין פּרוּוון שאַנטאַזשירן ישׂראל. ווי אַ באַווײַז — האָט ער געטענהט — האָט די FAA נישט אָפּגעשטעלט די פֿליִען איבער אַנדערע מלחמה־באַדראָטע לענדער ווי אַפֿגאַניסטאַן, תּימן און מיזרח־אוקראַיִנע. (ווי די ייִט״אַ האָט אָבער שפּעטער באַוויזן, האָט די FAA דווקא יאָ פֿאַרווערט, אָדער כאָטש געוואָרנט קעגן דעם פֿליִען אין יענע ערטער.)
קרוז ווערט אָבער יאָ געלויבט, סײַ בײַ די רעפּובליקאַנער, סײַ בײַ די דעמאָקראַטן, פֿאַרן געזעץ־פּראָיעקט, וואָס ער האָט פֿאָרגעלייגט מיט אַ האַלב יאָר צוריק צו פֿאַרווערן כאַמיד אַבוטאַלעבי — איראַנס נײַער אַמבאַסאָדאָר אין דער „יו־ען‟ — אַרײַנצוקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, צוליב זײַן באַטייליקונג אין דער פֿאַרכאַפּונג פֿון דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין טעהעראַן אין 1979. דער געזעץ־פּראָיעקט איז איינשטימיק אָנגענומען געוואָרן סײַ אינעם סענאַט, סײַ אינעם רעפּרעזענטאַנטן־הויז, און איז אונטערגעשריבן געוואָרן פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ.
דערצו איז קרוז, דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, אויפֿגעטראָטן אינעם סענאַט, האַלטנדיק הויך די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די דרײַ פֿאַרכאַפּטע ישיבֿה־בחורים, און דערבײַ גערופֿן זײַנע קאָלעגעס אַרויסצוּווײַזן סאָלידאַריטעט מיט ישׂראל. קרוז איז אויך אַ שטאַרקער שטיצער פֿונעם פֿאָרלייג צו מאַכן האַרבער די סאַנקציעס קעגן איראַן.
דער עולם אויפֿן באַנקעט האָט רעאַגירט אויף קרוזס רעדע מיט באַגײַסטערטע אַפּלאָדיסמענטן, און דערבײַ פֿאַרזיכערט, אַז טאָמער וועט ער טאַקע דערגרייכן דעם „ווײַסן הויז‟, וועט ער במשך פֿון זײַן ערשטער קאַדענץ, ווידער אויפֿטרעטן אויפֿן ZOA-באַנקעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.