אַ נײַ בוך פֿון פּיאָטר פּענזשניסקי, NA ROZDROZU — „אויפֿן שײדוועג‟, איז נאָר וואָס אַרויס אין פּוילן. די טעמע פֿונעם בוך איז די ייִדישע יוגנט אין פּוילן פֿון 1956 ביזן יאָר 1968. מען פֿלעגט זיי רופֿן „קינדער פֿון פֿאַרבאַנד‟. סע גייט דאָ אַ רייד וועגן דעם „פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן‟ אָדער TSKZ — כּמעט די איינציקע לעגאַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציע אונטער דער קאָמוניסטישער הערשאַפֿט.
דאָס איז אויך דער יונגער דור, וואָס איז געוואַקסן אונטער דער הערשאַפֿט פֿון וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַ. די ייִנגלעך און מיידלעך פֿון „פֿאַרבאַנד‟ האָבן אַלע געהאַט אַ שטאַרקע ייִדישע אידענטיטעט. זייער ייִדישע אידענטיטעט אָבער איז געווען פֿאָלקיש, נישט רעליגיעז. כּמעט אַלע זענען געווען אַטעיִסטן. הגם זיי האָבן נישט גערעדט קיין ייִדיש, האָבן זיי געהערט ייִדיש אין דער היים; אַזוי אַז די ייִדישע שפּראַך איז געווען אַ חשובֿער טייל פֿון זייער אידענטיטעט.
דער פֿאַרבאַנד איז געווען פֿאַר זיי דאָס זעלבע, וואָס די שיל איז געווען פֿאַר זייערע אָבֿות — דער צענטער פֿון זייער לעבן. דער פֿאַרבאַנד האָט אָרגאַניזירט זומער-קאָלאָניעס, יוגנט־קלובן און געהאָלפֿן מיטן בויען ייִדישע שולן.
די דאָזיקע נאָך־מלחמהדיקע קליינע ייִדישע וועלט איז חרובֿ געוואָרן אין יאָר 1968, בשעת דער גרויסער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע פֿון דער פּוילישער מלוכה קעגן אירע ייִדישע בירגער. דאָס רובֿ ייִדן האָבן דעמאָלט עמיגרירט פֿון פּוילן.
פֿאַר דער ייִדישער יוגנט, געבוירן נאָכן קריג, איז די אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע געווען פֿאַרבונדן מיטן אָנהייב פֿון זייער דערוואַקסן לעבן. זיי זענען דעמאָלט געשטאַנען אויפֿן שיידוועג נישט בלויז ווי מענטשן, נאָר אויך ווי ייִדן. דער ייִדישער גורל האָט זיי געטריבן פֿון אַ לאַנד, וואָס זיי האָבן עס געהאַלטן פֿאַר זייער היים.
פּיאָטר פּענזשניסקי, דער מחבר, האָט געשעפּט מאַטעריאַלן פֿאַר זײַן בוך פֿון אַלערליי קוואַלן. פּערזענלעכע געשיכטעס, די קאָמוניסטישע ייִדישע פּרעסע (קיין אַנדערע איז דעמאָלט נישט געווען), טעקעס פֿון דער פּוילישער געהיים־פּאָליציי און פֿאַרשיידענע אַנדערע מלוכישע און שטאָטישע דאָקומענטן.
לאָמיר האָפֿן, אַז אַן ענגלישע ווערסיע פֿונעם בוך פֿאַר די, וואָס קענען נישט קיין פּויליש, וועט אין גיכן קומען.
אויפֿן שער־בלאַט פֿון דער גרויסער ישׂראלדיקער צײַטונג „מעריבֿ‟, אין איר עלעקטראָנישער ווערסיע לייענט מען, אַז די פּוילישע אמבאַסאַדאָרין אין תּל־אָבֿיבֿ, וואָרנט די פּוילישע טוריסטן אין אַ קורצן פֿילם, זיי זאָלן בשום־אופֿן נישט פֿאָרן קיין ישׂראל.
די אַמבאַסאַדאָרין רעדט אַ נישקשהדיקן פּויליש, אָבער מיט אַ מערקווירדיקן ישׂראלדיקן אַקצענט. טאַקע אַ מאָדנע זאַך. דאָס רעטעניש ווערט אָבער באַלד אויס רעטעניש; סע גייט דאָ אַ רייד וועגן אַ רעקלאַמע, און די אַמבאַסאַדאָרין איז אין דער אמתן קיין אַמבאַסאַדאָרין נישט, נאָר אַן אַקטריסע.
די חבֿרה לצים פֿון עפּעס אַ ווערבונג־אַגענטור האָבן באַשלאָסן אויסצונוצן דעם באַקאַנטן סטערעאָטיפּ פֿון דער אַזוי־גערופֿענער „פּוֹלניה‟ אָדער אויף ייִדיש — „אַ פּוילישע דריפּקע‟, פֿאַר זייער רעקלאַמע.
וואָס איז אַזוינס „אַ פּוילישע דריפּקע‟ אינעם ישׂראלדיקן פֿאָלקלאָר, ווייסט מסתּמא יעדער; ס’איז אַזאַ מין פֿרוי, וואָס פֿאַרגינט יענעם נישט דאָס לעבן. די פֿיקטיווע אַמבאַסאַדאָרין אין דעם רעקלאַמע־פֿילם וואָרנט דערפֿאַר די ניט־פֿאַרגינער, זיי זאָלן בשום־אופֿן נישט קומען קיין תּל־אָבֿיבֿ, ווײַל די ישׂראלים האָבן יאָ הנאָה פֿונעם לעבן. פֿאַר וואָס? ווײַל זיי עסן עפּעס אַ נײַעם מאכל, וואָס די רעקלאַמע רעקלאַמירט. אַזוינס קען אַזאַ „פּוילישע דריפּקע‟, ווי פּאַני אַמבאַסאַדאָרין, נישט פֿאַרטראָגן.
נאָך אַ כאַראַקטער־שטריך פֿון דער „פּוֹלניה‟ איז איר שטאַרקער כאַראַקטער. אַלץ וואָס זי טוט, טוט זי מיט אימפּעט — ממש ציפּקע פֿײַער. דערפֿאַר קעמפֿט זי מיט אַלע אירע כּוחות קעגן דעם נײַעם געשמאַקן פּראָדוקט.
מיט וואָס זענען אונדזערע פּוילישע-ייִדישע מאַמעס זוכה געווען, אַז מען זאָל זיך טשעפּען צו זיי מער ווי צו אַלע אַנדערע פֿרויען פֿון אַלע לענדער — ווייס איך נישט. איין זאַך ווייס איך יאָ; ווען מען וואָלט געמאַכט אַן ענלעכן חוזק פֿון אַן אַראַבישער פֿרוי, אָדער פֿון אַ ייִדישער פֿרוי פֿון אַן אַראַביש לאַנד, וואָלט די גאַנצע מדינה געגאַנגען כאָדאָראָם. מען וואָלט עס גיך און געשווינד באַצייכנט ווי ראַסיזם, שאָוויניזם און אַנדערע „איזמען‟. מיט אונדז, פּוילישע ייִדן, מעג מען טאָן וואָס מען וויל. אונדזער כּבֿוד איז נישט ווערט קיין פּיאַטאַק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.