רות גלאַזבערג איז געבױרן געװאָרן אין אַ בירגערלעכער משפּחה אין טשערנאָװיץ אין 1930. הגם די שטאָט האָט שױן מער װי צען יאָר געהאַט געהערט צום רומענישן מלכות, האָט טשערנאָװיץ נאָך אַלץ פֿאַרהיט די אַלטע עסטרײַכישע אַטמאָספֿער. ייִדן האָבן גערעדט דײַטש און זיך געהאַלטן בײַם עסטרײַכישן לעבנס־שטײגער. די משפּחה גלאַזבערג האָט געהאַט קרובֿים אין פֿאַרשידענע טײלן פֿון דער אַמאָליקער אימפּעריע. אָבער פֿאַר די קינדער איז דאָס בעסטע אָרט געװען זײער זײדנס מיל אינעם דאָרף מיליע אין בוקאָװינע, װוּ זײ האָבן זומערצײַט פֿאַרבראַכט.
דער פּאָליטישער מצבֿ אין רומעניע און אין אײראָפּע בכלל האָט זיך שטאַרק געערגערט אין די סוף 1930ער יאָרן, אָבער דאָס האָט געהאַט אַ קנאַפּן שײַכות צום טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון דער קלײנער רות. די ענדערונגען זײַנען געקומען פּלוצעם אין זומער 1940, װען די רױטע אַרמײ איז אַרײַן אין צפֿון־בוקאָװינע, און טשערנאָװיץ איז געװאָרן אַ טײל פֿון דער סאָװעטישער אוקראַיִנע. אַ היפּשע צאָל ייִדן זײַנען אַנטלאָפֿן קײן „אַלט־רומעניע‟, און אין אַנדערע טײלן פֿון דער װעלט. די פֿאַרבליבענע האָבן זיך געמוזט צופּאַסן צו די נײַע סאָװעטישע באַדינגונגען. ס׳איז געוואָרן אַ דוחק פֿון שפּײַזמיטלען; פּריװאַטע אונטערנעמונגען זענען נאַציאָנאַליזירט געוואָרן; און ס׳האָבן זיך אָנגעהויבן די פּאָליטישע אַרעסטן און פֿאַרשיקונגען.
אָבער דאָס ערגסטע איז געשען מיט אַ יאָר שפּעטער, װען די רומענער האָבן זיך אומגעקערט מיט די דײַטשן און זיך נוקם געווען אױף די ייִדן פֿאַר זײער „פֿאַרראַט‟. אין נאָװעמבער 1941 איז די משפּחה גלאַזבערג, אין אײנעם מיט טױזנטער טשערנאָװיצער ייִדן, דעפּאָרטירט געװאָרן קײן טראַנסניסטריע. דער שױדערלעכער מאַרש האָט געדױערט צװײ װאָכן, ביז די קאָלאָנע האָט דערגרײכט דאָס שטעטל בערשאַד אין פּאָדאָליע. אינעם בערשאַדער געטאָ זײַנען אומגעקומען רותס ברודער און עלטערן, און זי איז פֿאַרבליבן אַ יתומה אָן מיטלען אָדער קרובֿים. על־פּי־נס האָט זי איבערגעלעבט די דרײַ יאָר פֿונעם רומענישן גיהנום, אָבער אירע צרות האָבן זיך דערמיט ניט געענדיקט. מען האָט זי געשיקט אין אַ סאָװעטישן קינדערהויז לעבן אָדעס, פֿון װאַנען זי איז געראַטעװעט געװאָרן דורך איר מומע. זיך אומגעקערט אין איר היימשטאָט, וואָס איז שוין געוואָרן סאָװעטיש, האָט זי, סוף־כּל־סוף, באַקומען די מעגלעכקײט זיך צו לערנען אין אַ ייִדישער שול.
אָבער אין אַ יאָר אַרום האָט דער מומעס משפּחה באַשלאָסן צו עמיגרירן קײן רומעניע, מיט אַ האָפֿענונג צו פֿאָרן װײַטער קײן ארץ־ישׂראל. רות איז געװאָרן אַ מיטגליד פֿון אַ ציוניסטישער קבֿוצה, אָבער זײער נסיעה קײן ארץ־ישׂראל האָט זיך געענדיקט מיט אַ שיפֿברוך, און די גאַנצע קבֿוצה איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ בריטישן לאַגער אױף ציפּערן. אין ישׂראל האָט זי לכתּחילה געװױנט אין אַ קיבוץ, און מיט דער צײַט אויסשטודירט אױף קראַנקן־שװעסטער. אָבער צו לעבן אונטערן שווערן דרוק פֿון טראַגישע זכרונות, װאָס קײנער האָט ניט געקאָנט משׂיג זײַן, איז געװען ניט לײַכט. זי האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִדישן קאָמערסאַנט פֿון קאָלאָמביע, פֿאַרבראַכט פֿערצן נודנע יאָר אין באָגאָטאַ און, סוף־כּל־סוף, געקומען קײן פֿלאָרידע.
רותס לעבנס־געשיכטע איז פֿולגעפּאַקט מיט טראַגישע און דראַמאַטישע געשעענישן, אָבער ניט דאָס אַלײן מאַכט איר בוך אַ פֿאַרכאַפּנדיקע לעקטור. זי איז זײער אױפֿריכטיק בײַם אַנטפּלעקן אירע געפֿילן און עמאָציעס, און דװקא אירע טיפֿע פּסיכאָלאָגישע אָבסערװאַציעס זײַנען דאָס סאַמע אינטערעסאַנטסטע אינעם בוך. זי פֿירט איר דערצײלונג אױף צװײ מדרגות — װי אַ מײדל און אַ יונגע פֿרױ, װאָס גײט אַדורך די אַלע שװערע און ביטערע דערפֿאַרונגען; און װי אַ געניטע שרײַבערין, װאָס שילדערט זײ פֿונעם איצטיקן קוקווינקל.
דאָס בוך ענדיקט זיך מיט רותס אומקער קײן טשערנאָװיץ, מיליע און בערשאַד, װאָס זי האָט אונטערגענומען אין 1988, װען די טױערן פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָבן זיך געעפֿנט פֿאַר אױסלענדישע טוריסטן. זי האָט װידער באַזוכט איר אַלטע דירה און געזען דאָס אָרט, װוּ עס איז געשטאַנען איר זײדנס שטוב, דער גן־עדן פֿון אירע קינדער־יאָרן, װאָס זי האָט אָפּגעהיט אין איר זכּרון. די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון מיליע איז דערמאָרדעט געװאָרן דורך די אוקראַיִנישע שכנים נאָך אײדער די דײַטשישע און רומענישע חיילות האָבן פֿאַרנומען בוקאָװינע. קײן שפּור פֿון דעם ייִדישן אַמאָל איז דאָרט ניט געבליבן.
רות גלאַזבערג האָט זיך אומגעקערט פֿון איר רײַזע קײן אוקראַיִנע מיט אַ שליחות: „איך װיל צורעכט מאַכן דאָס פֿאַרשװײַגן, װאָס פֿאַרדעקט דעם חורבן אין רומעניע. איך װיל, אַז די װעלט זאָל װיסן װעגן די רציחות אין טראַנסניסטריע און װעגן דעם מאָרד פֿון ייִדן אין הונדערטער אַזעלכע דערפֿער װי מיליע אין צפֿון־בוקאָװינע און בעסאַראַביע. איך בין אױסן אָפּצוהיטן דעם אָנדענק װעגן דער הריגה פֿון צענדליקער טױזנטער פֿאַרגעסענע קרבונות, און איך װיל זיך אײַנשטעלן פֿאַר די, װאָס זײַנען געפֿאַלן פֿון די מערדערישע רדיפֿות.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.