דער ישׂראלדיקער געזעץ־פּראָיעקט פֿאָרמעל צו דערקלערן מדינת־ישׂראל אַ ייִדישע מדינה האָט שוין אַרויסגערופֿן אַ הייסע דעבאַטע, וואָס איז אין דער אמתן נישט מער ווי אַ שטורעם אין אַ גלאָז וואַסער. יאָ, ס׳איז טאַקע דאָ אַ פּראָבלעם מיט דער לעגיסלאַציע, אָבער ס׳איז נישט דאָס, וואָס יעדער מיינט.
ערשטנס, דאַרף מען פֿאַרשטיין, אַז ישׂראל איז שוין פֿאַקטיש אַ ייִדישע מדינה. אַזוי ווערט עס דעפֿינירט לויטן ישׂראלדיקן געזעץ, און אַזוי ווערט עס אָנערקענט איבער דער וועלט, נישט געקוקט אויף די טענות פֿון די מענטשן, וואָס רופֿן צו שאַפֿן אַזאַ געזעץ; און נישט געקוקט אויף די טענות פֿון די אַנדערע, וואָס קריטיקירן די לעגיסלאַציע, האָט ישׂראל דווקא יאָ אַ רעכט זיך צו דעפֿינירן ווי אַ ייִדישע מדינה. די „יו־ען‟ אַליין האָט דאָך אין 1947 באַפֿוילן די גרינדונג פֿון „צוויי אומאָפּהענגיקע מלוכות — אַן אַראַבישע און אַ ייִדישע‟ אין פּאַלעסטינע. יענע אָפּשטימונג, רעזאָלוציע 181, האָט במילא גוט־געהייסן דעם באַגריף פֿון אַ ייִדישער מדינה.
דעם 14טן מײַ 1948 האָט דער „ועד לאומי‟ (פֿאָלקסראַט) איינשטימיק אָנגענומען אַן אומאָפּהענגיקייט־דאָקומענט, וואָס דערקלערט „די גרינדונג פֿון אַ ייִדישער מלוכה אין ארץ־ישׂראל, וואָס זאָל הייסן מדינת־ישׂראל‟.
זינט דעמאָלט האָט דאָס ישׂראלדיקע העכסטע געריכט נישט איין מאָל דעבאַטירט דעם לעגאַלן סטאַטוס פֿון געוויסע טיילן פֿון יענעם דאָקומענט, אָבער דער פֿאַקט, אַז ישׂראל איז אַ ייִדישע מדינה האָט קיינער נישט אָפּגעפֿרעגט.
קיינעם איז נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז אַ ייִדישע מדינה איז במילא נישט קיין דעמאָקראַטישע. די וועלט האָט דעמאָלט גוט פֿאַרשטאַנען, אַז די ייִדן זענען, ראשית־כּל, אַן עטנישע גרופּע, פּונקט ווי די קראָאַטן, אַרמענער אָדער טיבעטער — נאָר מיט איין אונטערשייד: דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט נישט געהאַט קיין טעריטאָריע. דער „יו־ען‟־פּלאַן צו צעטיילן פּאַלעסטינע אויף צוויי לענדער האָט געזאָלט פֿאַרענטפֿערן די צרה. דעם 29סטן נאָוועמבער 1947, נאָך אַן אָפּשטימונג 33 קעגן 13 (וווּ 10 וואָס האָבן זיך אָפּגעהאַלטן פֿון שטימען), האָט די וועלט אַרײַנגענומען די ייִדישע מדינה אין קאָן. פֿאַרטיק.
יאָ, עס זענען געווען פּראָטעסטן קעגן דעם, אָבער נישט ווײַל ישׂראלס אידענטיפֿיצירן זיך מיט אַ געוויסן פֿאָלק אָדער רעליגיע איז נישט דעמאָקראַטיש. כּמעט אַלע לענדער וואָס האָבן געשטימט קעגן דעם „יו־ען‟־פּלאַן, זענען געווען פֿון די אַראַבישע און מוסולמענישע מלוכות, וואָס זענען אַליין פֿאַרבונדן מיט איין געוויסער רעליגיע. זייער פּראָטעסט איז געווען סתּם, וואָס די מדינה געפֿינט זיך אויף דער כּלומרשטיקער אַראַבישער ערד.
אמת, דער ייִדישער כאַראַקטער פֿון ישׂראל איז נישט בלויז אַן עטנישער; יהדות איז טאַקע די רעליגיע פֿון לאַנד. די ישׂראלדיקע קולטור איז אײַנגעפֿונדעוועט אין דער העברעיִשער שפּראַך; אירע יום־טובֿים פֿאָלגן דעם ייִדישן לוח, און די פֿאָן האָט אַ מגן־דוד. נו, איז וואָס? מער ווי אַ פֿערטל פֿון די מלוכות אין דער „יו־ען‟ האָבן אָפֿיציעלע מלוכישע רעליגיעס: 24 פֿון זיי זענען קריסטלעכע לענדער, 25 — מוסולמענישע און 4 — בודיסטישע. דאָס נעמט אַרײַן טעאָקראַטישע מלוכות ווי סאַודיע און אויך אָפֿענע דעמאָקראַטיעס ווי שוועדן, דענמאַרק און ענגלאַנד.
דערצו געפֿינט זיך אַ צלם אויף מער ווי 20 נאַציאָנאַלע פֿאָנען, אַרײַנגערעכנט בערך אַ העלפֿט פֿון די לענדער אין דער דעמאָקראַטישער אייראָפּע. אין 12 אַנדערע נאַציאָנאַלע פֿאָנען זעט מען אַן איסלאַמישע האַלבע לבֿנה.
נו, וואָס קענען מיר אַרויסדרינגען דערפֿון? ערשטנס, אַז ס׳איז גאָר נישט קיין חידוש בײַ די לענדער פֿון דער וועלט, אַז ישׂראל האַלט זיך פֿאַר אַ ייִדישער מדינה. צווייטנס, דאַרף ישׂראל בכלל נישט אָננעמען קיין געזעץ זיך צו באַצייכענען ווי אַ ייִדישע מדינה.
דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו זאָגט, אַז מע דאַרף האָבן אַזאַ געזעץ, כּדי זיך צו פֿאַרטיידיקן קעגן דער דעלעגיטימיזאַציע פֿון דער ייִדישער מלוכה איבער דער וועלט. נתניהו איז זיך אָבער טועה. די קריטיקער טענהן נישט, אַז ישׂראל וועט ווערן „צו ייִדיש‟, נאָר אַז ישׂראל וועט נישט זײַן גענוג דעמאָקראַטיש. דער געזעץ־פּראָיעקט פֿעסטצושטעלן ישׂראל ווי אַ ייִדישע מדינה, וועט נישט פֿאַרריכטן די פּראָבלעם; פֿאַרקערט, ער וועט עס מאַכן ערגער.
לויט דעם ערשטן נוסח פֿון דער לעגיסלאַציע, אָנגענומען פֿונעם קאַבינעט דעם 23סטן נאָוועמבער, מוז ישׂראלס ייִדישער כאַראַקטער, לויטן געזעץ, האָבן די פּריאָריטעט איבער אירע דעמאָקראַטישע פּרינציפּן. במילא וואָלט די נײַע לעגיסלאַציע אויסגעשלאָסן די אַראַבישע שפּראַך און די פּאַלעסטינער קולטור פֿון דער אַלגעמיינער ישׂראלדיקער אידענטיטעט, און וואָלט געמאַכט אַ סוף צו אַ לעגאַלער קולטור, וואָס זעט נישט קיין אונטערשייד צווישן ייִדן און נישט־ייִדן.
ס׳איז נישט קיין צופֿאַל, אַז די הויפּט־שטיצער פֿון דעם געזעץ־פּראָיעקט זענען די „ליכּוד‟ און די „היים־פּאַרטיי‟ — די זעלבע פּאַרטייען, וואָס קעמפֿן, צום מערסטן, קעגן טעריטאָריעלע פּשרות און פּאַלעסטינער מלוכהשאַפֿט. זיי ווייסן, אַז זייער וויזיע וואָלט אַרײַנגעבראַכט אַ ריזיקע אַראַבישע באַפֿעלקערונג אין ישׂראל. דורך דער דאָזיקער לעגיסלאַציע, האָפֿן זיי צו דערנידעריקן די קולטור און ווערטן פֿון דער נישט־ייִדישער מינאָריטעט, און פֿאַרזיכערן, אַז זיי בלײַבן אויפֿן צווייטן אָרט, אַפֿילו אויב און ווען זיי וועלן ווערן די מאַיאָריטעט פֿון לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.