קאָנפֿערענץ־עצות

Conference Advice


פֿון לייזער בורקאָ

Published December 04, 2014, issue of December 19, 2014.

די צײַט איז שוין פֿאַרבײַ, ווען מע האָט באַטראַכט קאָנפֿערענצן ווי וויכטיקע היסטאָרישע געשעענישן, און געקענט זיך ריכטן, אַז פֿון זיי וועלן אַרויסקומען גרויסע זאַכן. מיר האָבן ניט מער קיין ריזיקע שלום־קאָנפֿערענצן, ווי ס׳איז געווען אין ווערסאַל נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, אָדער אין ווין נאָך נאַפּאָלעאָנס מפּלה. אויך ניט קיין באמת וויכטיקע פּאָליטישע קאָנפֿערענצן, וואָס בײַטן איבער די וועלט, ווי, למשל, הערצלס ערשטער ציוניסטישער קאָנגרעס אין באַזעל אין 1897. די הײַנטיקע פּאָליטישע פֿירער פֿון אַלע לענדער קומען זיך צונויף יעדן מאָנטיק און דאָנערשטיק, אָבער ס’קומט ניט צו פֿיל אַרויס פֿון זייערע טרעפֿונגען און ס׳איז כּמעט ניט כּדאַי צו מעלדן וועגן זיי אין די צײַטונגען.

אַפֿילו רעלאַטיוו קליינע און מער אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן האָבן אַ מאָל געמאַכט אַ גרויסן רושם. נעמט, למשל, אונדזער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ פֿון 1908, וואָס האָט אויפֿן סמך פֿון עטלעכע צענדליק באַטייליקטע שרײַבער און קולטור־טוער פּראָקלאַרמירט ייִדיש ווי „אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון ייִדישן פֿאָלק‟. דעמאָלט האָט עס געמאַכט אַ גרויסן טומל, די העברעיִסטן האָבן געשטורעמט פֿון אַלע זײַטן; אָבער ווען עפּעס אין דעם ערך זאָל געשען הײַנט, וואָלט מען מסתּמא ניט געלייענט וועגן דעם אַפֿילו אין „פֿייסבוק‟.

נאָר דערפֿאַר וואָס אונדזערע קאָנפֿערענצן זײַנען געוואָרן ווייניקער היסטאָריש, האָבן זיי איצט אַנדערע מעלות: ס’איז געוואָרן אַ סך גרינגער זיך צו באַטייליקן אין זיי, מע מוז ניט שווימען איבער ימען אָדער דינגען אַ בעל־עגלה. די פּראָגראַם און די רעפֿעראַטן ווערן אָפֿט פֿאַרשפּרייט און רעקאָרדירט עלעקטראָניש, דאַרף מען זיך ניט זאָרגן, אַז כּמעט דער גאַנצער מאַטעריאַל וועט פֿאַרלוירן גיין — אַזוי ווי ס׳איז געשען אין טשערנאָוויץ. (אונדזערע אַמאָליקע ייִדישיסטן זײַנען ניט געווען בעסער אָרגאַניזירט ווי די הײַנטיקע.) די סכּנה איז אַ סך קלענער, אַז אין מיטן שמועס זאָל עמעצער אַרויסכאַפּן אַ שווערד אָדער אַ פּיסטויל און אַזוי „געווינען‟ די דעבאַטע; ס’איז הײַנט מער וויסנשאַפֿטלעך.

אָבער דווקא צוליב דעם, וואָס אונדזערע קאָנפֿערענצן קומען הײַנט פֿאָר פֿאַרזיכערט און באַקוועמער, דאַרפֿן מיר זיך היטן פֿאַר אַנדערע סכּנות. הערנדיק אַ סך לאַנגע רעפֿעראַטן, וואָס אַ טייל פּראָפֿעסאָרן לייענען פֿאָר מיטן דראַמאַטישן כּוח פֿון אַ שטיק האָלץ, קען מען זייער גרינג אַנטשלאָפֿן ווערן. דאַרף מען האַלטן אין זינען די דאָזיקע מעגלעכקייט, פֿילן די מאָס, אַז ס’איז שוין געקומען די צײַט צו פּרוּוון זיך אַרויסצוגנבֿענען פֿון זאַל — אָבער דעמאָלט קען דער רעפֿערענט עס באַמערקן און מע וועט זיך אפֿשר אײַנקויפֿן אַ שׂונא אויף אַ גאַנץ לעבן.

ס’איז אַן אַלטער פּיזמון, ווען מע רעדט וועגן קאָנפֿערענצן, אַז וויכטיקער ווי די רעפֿעראַטן גופֿא זײַנען די שמועסן, וואָס קומען פֿאָר צווישן די סעסיעס. דאָרט האָט מען אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט נײַע מענטשן, זיך אָנצוהערן מיט רכילותן, מיט אַרבעט־מעגלעכקייטן און מיט אַלע זאַכן, וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס מע רופֿט אויף ענגליש „נעטוואָרקינג‟.

פֿאַר אַ דרויסנדיקן מענטש קען זיך דאַכטן, אַז מע שמועסט סתּם אומבאַטראַכט, אַגבֿ־אורחא, נאָר פֿון אינעווייניק זעט מען, אַז יעדעס וואָרט איז לעבן און טויט, פֿון דעם קען אַ קאַריערע זיך אָנהייבן אָדער, חלילה, זיך ענדיקן.

דאַרף מען, הייסט עס, זיך נעמען אין אַכט: ניט טרינקען צו פֿיל בײַם פֿײַערלעכן קבלת־פּנים; ניט טראָגן צוויי זאָקן מיט פֿאַרשיידענע קאָלירן אָדער צעריסענע הויזן, אָדער אַנדערע מלבושים, וואָס שרײַען „היימלאָזער‟; ניט עפֿענען דעם פּיסק, ווען עס ווילט זיך הכמהנען אויף אַן אַנדערנס חשבון. בקיצור, מע דאַרף אָפּהיטן די אַלע „לא־תעשׂהס‟, וואָס זײַנען חל, ווען מע דרייט זיך אין אַ „גוטער געזעלשאַפֿט‟. אַ קאָנפֿערענץ איז געגליכן צו אַ מאַסקנבאַל: מע קען ניט וויסן, ווער באַהאַלט זיך הינטער דעם טעלער מיט סושי — עס קען זײַן אַ פּרינץ, אָדער אַ דעקאַן פֿון אַ חשובֿן אוניווערסיטעט.

פֿון דעסטוועגן, איז דער עיקר דאָך זיך צו לערנען, זיך צו באַקענען מיט נײַע פֿאַקטן, נײַע געדאַנקען, נײַע מענטשן. מע קען עס ניט טאָן זיך באַהאַלטנדיק אינעם האָטעל־צימער אָדער, שלאָפֿנדיק אין דער לעצטער ריי. מען דאַרף זיך אָננעמען מיט מוט, זיך פֿאַרשטאַרקן מיט אַ טעפּל קאַווע, און זיך אַרײַנטאָן אין די רעפֿעראַטן און דיסקוסיעס, ווי נודנע זיי זאָלן ניט זײַן. אײַ, ניט יעדן רעדנער איז אינטערעסאַנט צו הערן — זאָל מען אַליין זיך באַמיִען, אַז כאָטש דער אייגענער רעפֿעראַט זאָל ניט צו שטאַרק נודיען דעם עולם.

די נודנעקייט, זאָגן אונדזערע היסטאָריקער, איז אַ דערשײַנונג פֿון דער מאָדערנער צײַט. פֿריִער האָט קיינער זיך ניט באַקלאָגט, אַז אים איז נודנע, ווײַל ס’איז קיינעם ניט אײַנגעפֿאַלן, אַז דאָס לעבן דאַרף שטענדיק זײַן פֿאַרכאַפּנדיק. פֿאַרקערט, מסתּמא איז אין יענער תּקופֿה אויפֿגעקומען די קללה „זאָלסט לעבן אין אינטערעסאַנטע צײַטן‟ — ווײַל די אינטערעסאַנטע צײַטן זײַנען דווקא די געפֿערלעכסטע. דעריבער זאָלן מיר וויסן אָפּצושאַצן די גרויסע ווערדע אויך פֿון די נודנע רעפֿעראַטן, און קיין ערגערס זאָל מיט אונדז ניט פּאַסירן.