די פֿראַנצויזישע פּאָליציי האָט אַרעסטירט צוויי מענער, פֿאַרדעכטיקט אינעם אָנפֿאַל אויף אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק אין אַ פּאַריזער פֿאָרשטאָט.
דינסטיק, דעם 2טן דעצעמבער, האָט די צײַטונג „לע פּאַריזיען‟ איבערגעגעבן, אַז דער אָנפֿאַל איז אויסגעבראָכן מיט אַ טאָג פֿריִער אין קרעטיי, אויף דרום־מיזרח פֿון דער הויפּטשטאָט. דרײַ באַוואָפֿנטע מענער האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין אַ דירה און פֿאַרגוואַלדיקט אַ 19־יאָריקע ייִדישע פֿרוי. איינער פֿון די אָנפֿאַלער האָט געכאַפּט איר חבֿר, אַ 21־יאָריקן ייִד, ווײַל דער צווייטער האָט באַלעסטיקט זײַן חבֿרטע. דער דריטער פֿאַרברעכער איז אַראָפּגעלאָפֿן מיט די צוגעגנבֿעטע קרעדיט־קאַטקלעך, כּדי צו באַקומען דעם מזומן פֿון אַ געלט־מאַשין. די אָנפֿאַלער האָבן פֿאַרבראַכט בערך אַ שעה אינעם הויז.
דאָס פּאָרפֿאָלק האָט דערציילט די פּאָליציאַנטן, אַז די רויבער האָבן צוגענומען די קרעדיט־קאַרטלעך און געצוווּנגען זיי אויסצוזאָגן דעם קאָד, כּדי זיי אויסצונוצן. לויט „לע פּאַריזיען‟, האָבן די געליטענע עדות געזאָגט, אַז די פֿאַרברעכער האָבן זיי געוואָרנט נישט צו פֿאַרשטעלן זיך פֿאַר אָרעמע־לײַט און אָפּצוגעבן זייער געלט, ווײַל זיי זענען ייִדן. די פֿרוי איז פֿאַרגוואַלדיקט געוואָרן נאָך דער רויבערײַ.
די פּאָליציי־אינסטאַנצן האָבן איבערגעגעבן דער צײַטונג, אַז דערווײַל בלײַבט נישט קלאָר, צי די רויבער האָבן ספּעציעל אויסגעקליבן דווקא ייִדישע קרבנות. דער דריטער פֿאַרברעכער האָט מען נאָך נישט געפֿונען. די אָנפֿאַלער האָבן געהאַט פּיסטוילן און אַ ביקס. עס קאָן זײַן, אַז דאָס געווער האָבן זיי אַליין געמאַכט.
אַזוי צי אַזוי, האָבן די פֿאַרברעכער, לויט „לע פּאַריזיען‟, אויסגענוצט אַ ראַסיסטישן אַרגומענט בעת דער רויבערײַ. דער פּרעזידענט פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟, משה קאַנטאָר, האָט פֿאַרבונדן דאָס נײַע פֿאַרברעכן מיט די אַנטיסעמיטישע אַטאַקן, וואָס זענען לעצטנס אויסגעבראָכן אין פֿראַנקרײַך. ער האָט באַמערקט, אַז באַזונדערס אַכזריותדיק איז געווען דער אינצידענט מיטן ייִדישן טעלעפֿאָן־הענדלער, וועלכן מע האָט געפּײַניקט און דערמאָרדעט אינעם יאָר 2006. קאַנטאָר האָט געבעטן די פֿראַנצויזישע רעגירונג צו שטעלן דעם קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם „אין שפּיץ פֿון איר טעטיקייט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.